רוי:רבי מאיר ראזנבוים (פרעמישלאן)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מאיר ראזנבוים
געבורט י"ט אדר ה'תשי"ח
דינאסטיע פרימישלאן
קינדער
רחל עטיל קאהן
שרה שטערן
דוד
משה מרדכי
מאטיל פייגא קאפף
נחמה שפרה זייבאלד
זאב אהרון לייב
שמעון יעקב יצחק
חיים אליעזר
אסתר ביילא ערנסטער
מלכה חנה רייצא פאנעט
פרימישלאן'ער רבי
פון חנוכה תשמ"ט
→ זיין פאטער, רבי דוד משה פון קרעטשענעוו

רבי מאיר ראזנבוים (געבוירן י"ט אדר ה'תשי"ח, 11טן מערץ 1958) איז דער היינטיגער פרעמישלאנער רבי פון בני ברק.

ביאגראפיע

הרב מאיר איז געבוירן אין דער שטאט רחובות, צו זיין פאטער רבי דוד משה, דער פריערדיגער קרעטשניפער רבי פון רחובות, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, דער נאדווארנער רבי. ווען ער איז געווען עלף יאר אלט, איז זיין פאטער נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז זיין מאמע אומגעקומען אין אן אויטאמאביל עקסידענט. ער איז אויפגעוואקסן, צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער, אין שטוב פון זיין עלטערן ברודער רבי מנחם אליעזר זאב, דער היינטיגער קרעטשניפער רבי און דער ממלא-מקום פון זיין פאטער.

ער האט געהייראט זיין רעבעצין מרת חי', טאכטער פון רבי חיים אליעזר האראנטשיק פון וויען, עסטרייך, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי דעם לעלובער רבי'ן, רבי משה מרדכי. א קורצער צייט נאך זיין חתונה איז זיין זיידע רבי חיים מרדכי אוועק, און ער האט זיך דאן צוגעבינדן צו זיין ווייב'ס זיידע רבי משה מרדכי, און אים שטארק געשעצט. נאך איידער ער האט דערגרייכט צוואנציג יאר, האט אים דער לעלובער רבי אנגעוויזן און געבעטן אז ער זאל אנפאנגען נעמען קוויטלעך. אין יענער תקופה האט ער אנגעהויבן דינען אלס רב פון קרעטשניפער חסידים אין בני-ברק, און גלייכצייטיג אויך אלס א מגיד-שיעור אין דער קרעטשניפער ישיבה אין רחובות.

אין יאר תשמ"ז, נאך דער פטירה פונעם לעלובער רבי'ן, איז ער געקרוינט געווארן אלס רבי, און האט אנגעהויבן אויפשטעלן זיין הויף אין "קרית הערצאג" געגנט אין בני-ברק. אלס רעספעקט פאר זיין עלטערער ברודער, האט ער באשלאסן נישט צו נוצן דעם נאמען "קרעטשניף", נאר אנשטאט דעם האט ער גערופן זיין הויף "פרעמישלאן", נאך רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן (זיידע פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער), פון וועמען ער איז אן אייניקל בן אחר בן.

זיינע מוסדות געפונען זיך אין "קרית פרעמישלאן" געגנט וואס איז געגרינדעט געווארן אין יאר ת"נ. היינט-צוטאגס זענען דארט פארהאן א בית-המדרש, ישיבה-קטנה, ישיבה-גדולה, כולל-אברכים, תלמוד-תורה, קינדערגארטן, מיידל-שולע און א חסד ארגאניזאציע וועלכע שטעלט צו עסנווארג פאר נויטבאדערפיגע משפחות.

ער האט קאמפאזירט ניגונים וואס טייל פון זיי זענען פארעפנטליכט געווארן. דער פרעמישלאנער כאר גיבט ארויס א חלק פון זיינע ניגונים. אין חנוכה און אין אנדערע געלעגנהייטן שפילט דער רבי אויף א פידל לויט דעם פארצייטישן שטייגער פון די נאדווארנא און פרעמישלאנער הויפן.

צווישן זיינע אנהענגערס, זענען אריינגערעכנט אויך נישט-חרדישע אידן, ווי אביגדור ליבערמאן. פילצאליגע מענטשן קומען צו אים כדי זיך דורכצורעדן מיט אים וועגן פארשידענע ענינים ווי רפואה, געשעפטן און נאך.

פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן די ספרים 'טללי אורות' אויף זמירות שבת, הגדה של פסח, און די חומשים בראשית און שמות.

קינדער

  • מרת רחל עטיל, ווייב פון רבי יואל הכהן קאהן, זון פון רבי משה, דער תולדות אהרן ראש ישיבה, זון פון הרה"ק רבי אברהם יצחק קאהן, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי.
  • מרת שרה, ווייב פון רבי משה הלל שטערן, זון פון רבי יהושע מנחם שטערן, רב פון רחמיסטריווקער חסידים אין בני ברק, זון פון אב"ד ביליץ און איידעם פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי טווערסקי, דער פריערדיגער רחמיסטריווקער רבי פון ארץ ישראל.
  • רבי דוד, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון מענדיל האגער, דער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ; אין יאר תש"פ האבן זיי זיך גע'גט. אייר ה'תשפ"ב איז ער געווארן א חתן מיט זיין קוזינע, טאכטער פון זיין פעטער רבי שלום מאיר טווערסקי, פאלטישאנער רב, און איידעם פון רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשנעווער רבי.
  • רבי משה מרדכי, איידעם פון רבי אליהו בידערמאן, לעלובער רבי פון בני ברק.
  • מרת מאטיל פייגא, ווייב פון רבי חיים יצחק קאפף, זון פון רבי יעקב אשר קאפף, דער לעלוב-באראנאוויטשער רבי.
  • מרת נחמה שפרה, ווייב פון רבי יחיאל נתן זייבאלד, זון רבי יהושע זייבאלד גאב"ד אלדשטאט
  • רבי זאב אהרון לייב, האט געהייראט אן אייניקל פונעם קרעטשניפער רבי פון ירושלים
  • רבי שמעון יעקב יצחק, האט געהייראט מרת חוה חיה, פון רבי יעקב פרענקל, דער בוטושאנער רבי.
  • רבי חיים אליעזר, איידעם פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, דער ביאלע רבי פון בני ברק. דינט אלס ראש ישיבה פון "שערי דוד" פרימישלאן.
  • מרת אסתר ביילא, ווייב פון הרב ברוך ערנסטער, זון פון רבי יעקב שמשון, זון פון מנחם, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
  • מרת מלכה חנה רייצא, ווייב פון הרב ישעיה יואל, זון פון רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט, קארלסבורגער רבי פון מאנטריאל.