אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בני-הית און בני-חית"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פריערדיק" ב־"פריערדיג")
ק (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
 
(27 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:Bney_hes_bney_khes_in_15th_century.svg|thumb|500px|בערכדיקע גרענעצן צווישן בני־הית, בני־חית און מערב כנען אין 15טן י"ה לויט מאַקס וויינרייכן.]]
{{דעסקריפציע|צווייגן פון אשכנזי'שע קהילות אין מיטל אלטער}}
'''בני־הית און בני־חית''' זענען געווען צוויי צווייגן [[אַשכנזים]] אין [[מיטל־עלטער]]. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסריידן דעם אות "חית" און דער חילוק צווישן ביידע גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מינהגים און אין שפּראַך.
[[טעקע:Bney_hes_bney_khes_in_15th_century.svg|קליין|500px|ביילייפיגע גרעניצן צווישן בני־הית, בני־חית און מערב כנען אין 15טן י"ה לויט מאַקס וויינרייך.]]
'''בני־הית און בני־חית''' זענען געווען צוויי צווייגן פון [[אשכנזים]] אין [[מיטל אלטער]]. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסזאגן דעם אות "[[ח|חית]]". דער חילוק צווישן די גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מנהגים און אין שפּראַך.


== עטימאָלאָגיע ==
== עטימאָלאָגיע ==
בני חֵת טרעפט מען אין ספר [[בראשית]]: דאָס איז געווען אַ פאָלק, וואָס האָט פאַרקויפט [[אברהם|אַברהמן]] די [[מערת המכפלה|מערת־המכפּלה]] צו באַגראָבן [[שרה]]ן. פאַר יידישע ישובים אין דייטשלאַנד זינט 15טן י"ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זענען געווען די, וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון "בני־חית" (אָדער "בני־כֿית") איז דער חית געווען אַזוי ווי כֿף. באַשרייבנדיק די דאָזיקע דיפערענץ האָבן רבנים געמיינט די הברה פון [[לשון קודש]], אָבער ס'האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון זייערע טאָגטעגלעכע שפּראַכן.<ref name=Weinreich58 /><ref name=Katz91 />
בני חֵת טרעפט מען אין [[ספר בראשית]]: דאָס איז געווען אַ פאָלק וואָס האָט פאַרקויפט די [[מערת המכפלה]] פאר [[אברהם אבינו]], צו באַגראָבן [[שרה]]. פאַר אידישע ישובים אין [[דייטשלאנד]] זינט 15טן י"ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זענען געווען די וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי [[ה|הא]], און אין מויל פון די "בני־חית" (אָדער "בני־כית") איז דער חית געווען אַזוי ווי [[כ|כף]]. באַשרייבנדיג דעם דאזיגן דיפערענץ האט מען געמיינט די הברה פון [[לשון קודש]], אָבער ס'האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון טאָגטעגליכע שפראך.<ref name=Weinreich58 /><ref name=Katz91 />


== מקורים ==
== מקורות ==
דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און יידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י"ה, און עס זענען געקומען צו אונדז עטלעכע באַשרייבונגען פון דעם ענין און די פּראַקטישע קשיאות דעריבער. דיסקוטירנדיק וואַריאַציעס אין דעם אָדער יענעם מנהג באַצייכענען די מחברים די געביטן, וואו מען פאָלגט דעם פיר, מיט נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" אַנטקעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין ווערק פון יויזלן ([[יוסף בן משה]] ,איסרלינס תלמיד), דעם [[מהרי"ל]]ן, [[זלמן משוטיגווערא]]). צו מאָל איז די לינגוויסטיק אַליין דער אָביעקט פון דער חקירה: ווען די רייד גייט וועגן די נאָרמעס פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (ביי [[איסרלין|איסרלינען]], [[יוסף בן משה]], [[אליהו בחור]], דעם [[מהר"ם מינץ]])<ref name=Weinreich58/><ref name=Katz87/><ref name=Katz88/><ref name=Katz93/>.
דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און אידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י"ה, און עס זענען געבליבן עטליכע באַשרייבונגען פון דעם ענין. דיסקוטירנדיג וואריאציעס אין מנהגים, באַצייכענען די מחברים די געביטן וואו געוויסע מנהגים טיילן זיך, מיט די נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" קעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין אזעלכע ווערק ווי 'לקט יושר' פון א תלמיד פון תרומת הדשן, [[מהרי"ל]], און 'מנהגי מהרי"ל' געשריבן דורך זיין תלמיד). צומאל ווערט באהאנדלט די לינגוויסטיק אַליין: ווען עס רעדט זיך וועגן די מנהגים פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (אין 'תרומת הדשן', 'לקט יושר', און דורך [[רבי אליהו בחור]] און דער [[מהר"ם מינץ]])<ref name=Weinreich58/><ref name=Katz87/><ref name=Katz88/><ref name=Katz93/>.


== לינגוויסטישע אונטערשיידן ==
== לינגוויסטישע אונטערשיידן ==
דער עיקרדיקער לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. ער האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און תרגום לשון גופא און אויך דעם אינטעגרירטן סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין די דייטשיש־באַזירנדיקע שפּראַכן: [[יידיש]] אין ברייטן זינען. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.
דער הויפט לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. עס האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און אראמיש, ווי אויך דעם סעמיטישן קאמפאנענט באניצט אין די דייטש־באַזירטע שפראכן פון וועלכע [[אידיש]] איז ארויסגעוואקסן. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.


אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז דער בולטסטער הבדל געווען אינעם אופן אויסצוריידן חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אַשכנזים. דער תחילת־פאַרינגאַלער קלאַנג פונעם סעמיטישן ח (אַ פּנים [ħ], דער [[שטימלאָזער פאַרינגאַלער פריקאַטיוו]]) האָט פאַרלוירן זיין באַפאַרבונג אין דער סביבה פון אייראָפּעישע שפּראַכן. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן בפירוש אין די ישובים, וואָס די אַשכזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו: אין [[פראנקרייך|צרפת]] און [[כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)|מערב־כנען]]. די פּעולות זענען געווען אָבער פאַרשידן אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית האָט דער חית פאָנעטיש צונויפגעשמאָלצן מיטן הא ([h]) און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געוואָרן ווי כֿף ([χ], [x]). חוץ די דירעקטע באַשרייבונגען פון דעם עיקר אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, [[זלמן הנקדן]], 1395), זאָגן דאָ עדות אויך לאַטיינישע טראַנסקריפּציעס און געגראַמטע טעקסטן<ref name=Weinreich58/><ref name=Neuberg03/>. אַזוי אַרום, טרעפט מען ביי [[אליהו בחור]]ן אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "[[הבדיל]]", 1514)<ref name=Weinreich58/>. אין דער דאָזיקער יצירה און אויך פון אַנדערע ראַיות, זעט מען, אַז דער h־קלאַנג איז אין גאַנצן נעלם געוואָרן אין באַשטימטע פאָנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און אירע גויישע שכנים), און דאָס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית<ref name=Weinreich58/>. דעם סוף־רעזולטאַט פונעם דאָזיקן גילגול קענען מיר טרעפן ביזן היינטיגן טאָג, למשל, אינעם  וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין יידיש פון דער שפּראַך פון בני־הית. אליה בחור דערציילט (און די לינגוויסטן זענען מסכים מיט זיין חקירה), אַז דאָס וואָרט וואַקסט אַרויס פונעם שורש מ־ח־ק, און דער חית איז שפּעטער געוואָרן שטום. אַזעלכע וואַריאַנטן פון פּערזענלעכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען ווי "רעלע" (פאַר [[רחל]]) אָדער "סימע" (פאַר [[שמחה|שימחה]]) זענען אויפגעקומען פונעם זעלבן פּראָצעס<ref name=Weinreich58/><ref name=Beider13/>. עטלעכע פאָרמעס מיט ח=h אָדער ווייטער ח=∅ זענען "פאָסיליזירט" געוואָרן אַלץ [[לייווארט|לייווערטער]] אין דייטשישע דיאַלעקטן אויף די פריערדיגע טעריטאָריעס פון בני־הית, אַזוי ווי לדוגמא  Lehm פאַר לחם<ref name=Weinreich58/><ref name=Stern00/><sup>: 120</sup>.
===קאנסאנאנטן===
אינעם [[קאנסאנאנט|קאָנסאָנאַנטיזם]] איז אממערסטענס געווען בולט דער חילוק אינעם אופן ארויסצוזאגן א חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אשכנזים. דער קלאנג פונעם סעמיטישן ח (לכאורה [ħ], דער {{קישור שפה|עברית|עיצור לועי, חוכך, אטום|שטימלאזער פארינגאלער פריקאטיוו}}) איז פארלוירן געגאנגען אין דער סביבה פון די אייראָפּעאישע שפראכן וועלכע פארמאגן דאס נישט. דער דאָזיגער פּראָצעס האָט זיך קלאר אָנגעהויבן אין די געגנטער וואָס די אשכנזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו אין [[פראנקרייך|צרפת]] און [[כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)|מערב־כנען]]; עס האט זיך אבער אנדערש אויסגעשטעלט אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית איז דער חית געווארן פאנעטיש צונויפגעשמאלצן מיטן הא ([h]), און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געווארן ווי כף ([χ], [x]). חוץ פון די דירעקטע באשרייבונגען דערוועגן אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, [[זלמן הנקדן]], 1395), טרעפט מען אויך שפורן דערצו אין לאטיינישע טראנסקריפציעס און געגראמטע טעקסטן<ref name=Weinreich58/><ref name=Neuberg03/>. צום ביישפיל, טרעפט מען ביי [[רבי אליהו בחור]] אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "הבדיל", 1514)<ref name=Weinreich58/>. ווי מען זעט אין דער דאָזיגער ווערק און פון אַנדערע ראיות, איז דער h־קלאַנג אינגאנצן נעלם געווארן אין געוויסע פאנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און זייערע גוי'אישע שכנים), וואס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית<ref name=Weinreich58/>.


אַן אַנדער חילוק אין קאָנסאָנאַנטן איז געווען אינעם שטייגער אַרויסצוריידן דעם [[ש|שין]]. די בני־חית האָבן מבחין געווען צווישן די [[סיבילאַנט]]ן [s] ([[ס|סמך]] און [[שׂין]]) און [ʃ] ([[שין]]). להיפּוך, די בני־הית האָבן דעם דאָזיקן אונטערשייד ניט געוואוסט און פלעגן אַרויסריידן די גאַנצע ריי ווי [s], וואָס האָט באַמערקט [[זלמן הנקדן]]. אַן ‫אייבערפלעכלעך ענלעכער פענאָמען קען מען טרעפן אינעם [[יידישע דיאלעקטן|ליטווישן יידיש]], דהיינו דער [[סאַבעסדיקער לאָסן]], וואָס האָט אָבער קיין שייך ניט צו בני־הית און האָט זיך אַנטוויקלט באַזונדער<ref name=Katz93/>.
נאכפאלגן דערפון קען מען טרעפן ביזן היינטיגן טאָג, למשל, אינעם וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין אידיש פון דער שפראך פון די בני־הית. רבי אליהו בחור געבט אן אז דאס ווארט שטאמט פונעם שורש מ־ח־ק אין לשון קודש, און דער חית איז שפעטער געוואָרן שטום. אויך פארשידענע וואריאנטן פון פערזענליכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען, ווי "רעלע" (פאַר רחל) אָדער "סימע" (פאַר שמחה), זענען אויפגעקומען פונעם זעלבן פראצעס<ref name=Weinreich58/><ref name=Beider13/>. עטליכע פאָרמעס מיט ח=h צי גאר ח=∅ זענען געבארגט געווארן און געבליבן אין דייטשע דיאלעקטן אויף די אמאליגע געגנטער פון די בני־הית, ווי Lehm פאַר לחם<ref name=Weinreich58/><ref name=Stern00/><sup>: 120</sup>.


די שיטה פון וואָקאַלן אין לשון קודש פון בני־הית איז געווען ענלעך, אויב ניט גלייך, צו דער [[ספרדישע הברה|ספרדישער הברה]]. די סופרים פון בני־הית טעריטאָריעס האָבן באַניצט די טבריה'ער [[נקודות]], אָבער ניט תמיד האָבן זיי געוואוסט, וואו מוז מען שרייבן [[פּתח]] און וואו [[קמץ]], וואו [[סגול]] און וואו [[צירה]]<ref name=Katz87/>. מען טענהט אָבער, אַז דער דאָזיקער נוסח איז געווען אין דער היים פון בני־חית אויך (ביזן סוף 14טן י"ה) און נאָר שפּעטער איז ער ביי זיי און אויך ביי בני־הית אויסגעביטן געוואָרן אויפן נוסח, וואָס מיר הייסן היינט [[אשכנזישע הברה|אַשכנזישע הברה]]<ref name=Beider13/><ref name=Weinreich73/>.
אן אנדער חילוק אין קאנסאנאנטן איז געווען אינעם שטייגער ארויסצורעדן דעם [[ש]]ין. די בני־חית האבן אפגעטיילט צווישן די [[סיבילאנט]]ן [s] ([[ס]]מך און [[שׂין]]) און [ʃ] ([[שין]]). דאקעגן, די בני־הית האָבן דעם דאזיגן אונטערשייד נישט געוואוסט און פלעגן זיי אלע ארויסזאגן ווי [s], ווי באמערקט דורך [[זלמן הנקדן]]. אן ענליכער פענאמען קען מען טרעפן אינעם [[אידישע דיאלעקטן|ליטווישן אידיש]], דהיינו דער {{קישור שפה|ענגליש|Sabesdiker losn|סאבעסדיגער לאסן}}; דאס האט אבער נישט קיין שייכות צו די בני־הית און האט זיך באזונדער אנטוויקלט<ref name=Katz93/>.


== היסטאָרישע און געאָגראַפישע ראַמען ==
===וואקאלן===
די שיטה פון [[וואקאל|וואָקאַלן]] אין לשון קודש פון די בני־הית איז געווען ענליך, אויב נישט גלייך, צו דער [[ספרד'ישע הברה|ספרד'ישער הברה]]. די סופרים פון בני־הית געגנטער האָבן געניצט די טבריה'ער [[נקודות]], אָבער זיי האבן נישט אלעמאל געוואוסט וואו מוז מען שרייבן [[פתח]] און וואו [[קמץ]], וואו [[סגול]] און וואו [[צירי]]<ref name=Katz87/>. לויט א טענה, אבער, איז אין אנהייב אזוי געווען אויך אין דער געגנט פון די בני־חית (ביזן סוף 14טן י"ה), און נאר שפעטער איז עס ביי זיי - און אויך ביי די בני־הית - געטוישט געווארן צום נוסח וואָס מיר רופן היינט די [[אשכנזישע הברה|אַשכנזישע הברה]]<ref name=Beider13/><ref name=Weinreich73/>.


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==


{{רעפליסטע
{{רעפליסטע
|refs=
|הערות=
<ref name=Weinreich58>וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס ‫זי לאָזט אונדז הערן. ''ייוואָ בלעטער'' '''41''': 102–123</ref>
<ref name=Weinreich58>וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס זי לאָזט אונז הערן. ''ייוואָ בלעטער'' '''41''': 102–123</ref>
<ref name=Katz91>Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. ''Trans Philol Soc'' '''89''': 95–121</ref>
<ref name=Katz91>Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. ''Trans Philol Soc'' '''89''': 95–121</ref>
<ref name=Katz87>Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. ''Language & Communication'' '''7''': 47–60</ref>
<ref name=Katz87>Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. ''Language & Communication'' '''7''': 47–60</ref>
שורה 35: שורה 38:
}}
}}


[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אידישע שטרעמונגען]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]
[[קאַטעגאָריע:לשון קודש]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:51, 17 פעברואר 2024

ביילייפיגע גרעניצן צווישן בני־הית, בני־חית און מערב כנען אין 15טן י"ה לויט מאַקס וויינרייך.

בני־הית און בני־חית זענען געווען צוויי צווייגן פון אשכנזים אין מיטל אלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסזאגן דעם אות "חית". דער חילוק צווישן די גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מנהגים און אין שפּראַך.

עטימאָלאָגיע

בני חֵת טרעפט מען אין ספר בראשית: דאָס איז געווען אַ פאָלק וואָס האָט פאַרקויפט די מערת המכפלה פאר אברהם אבינו, צו באַגראָבן שרה. פאַר אידישע ישובים אין דייטשלאנד זינט 15טן י"ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זענען געווען די וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון די "בני־חית" (אָדער "בני־כית") איז דער חית געווען אַזוי ווי כף. באַשרייבנדיג דעם דאזיגן דיפערענץ האט מען געמיינט די הברה פון לשון קודש, אָבער ס'האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון טאָגטעגליכע שפראך.[1][2]

מקורות

דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און אידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י"ה, און עס זענען געבליבן עטליכע באַשרייבונגען פון דעם ענין. דיסקוטירנדיג וואריאציעס אין מנהגים, באַצייכענען די מחברים די געביטן וואו געוויסע מנהגים טיילן זיך, מיט די נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" קעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין אזעלכע ווערק ווי 'לקט יושר' פון א תלמיד פון תרומת הדשן, מהרי"ל, און 'מנהגי מהרי"ל' געשריבן דורך זיין תלמיד). צומאל ווערט באהאנדלט די לינגוויסטיק אַליין: ווען עס רעדט זיך וועגן די מנהגים פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (אין 'תרומת הדשן', 'לקט יושר', און דורך רבי אליהו בחור און דער מהר"ם מינץ)[1][3][4][5].

לינגוויסטישע אונטערשיידן

דער הויפט לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. עס האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און אראמיש, ווי אויך דעם סעמיטישן קאמפאנענט באניצט אין די דייטש־באַזירטע שפראכן פון וועלכע אידיש איז ארויסגעוואקסן. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.

קאנסאנאנטן

אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז אממערסטענס געווען בולט דער חילוק אינעם אופן ארויסצוזאגן א חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אשכנזים. דער קלאנג פונעם סעמיטישן ח (לכאורה [ħ], דער שטימלאזער פארינגאלער פריקאטיוו (עב')) איז פארלוירן געגאנגען אין דער סביבה פון די אייראָפּעאישע שפראכן וועלכע פארמאגן דאס נישט. דער דאָזיגער פּראָצעס האָט זיך קלאר אָנגעהויבן אין די געגנטער וואָס די אשכנזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו אין צרפת און מערב־כנען; עס האט זיך אבער אנדערש אויסגעשטעלט אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית איז דער חית געווארן פאנעטיש צונויפגעשמאלצן מיטן הא ([h]), און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געווארן ווי כף ([χ], [x]). חוץ פון די דירעקטע באשרייבונגען דערוועגן אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, זלמן הנקדן, 1395), טרעפט מען אויך שפורן דערצו אין לאטיינישע טראנסקריפציעס און געגראמטע טעקסטן[1][6]. צום ביישפיל, טרעפט מען ביי רבי אליהו בחור אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "הבדיל", 1514)[1]. ווי מען זעט אין דער דאָזיגער ווערק און פון אַנדערע ראיות, איז דער h־קלאַנג אינגאנצן נעלם געווארן אין געוויסע פאנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און זייערע גוי'אישע שכנים), וואס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית[1].

נאכפאלגן דערפון קען מען טרעפן ביזן היינטיגן טאָג, למשל, אינעם וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין אידיש פון דער שפראך פון די בני־הית. רבי אליהו בחור געבט אן אז דאס ווארט שטאמט פונעם שורש מ־ח־ק אין לשון קודש, און דער חית איז שפעטער געוואָרן שטום. אויך פארשידענע וואריאנטן פון פערזענליכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען, ווי "רעלע" (פאַר רחל) אָדער "סימע" (פאַר שמחה), זענען אויפגעקומען פונעם זעלבן פראצעס[1][7]. עטליכע פאָרמעס מיט ח=h צי גאר ח=∅ זענען געבארגט געווארן און געבליבן אין דייטשע דיאלעקטן אויף די אמאליגע געגנטער פון די בני־הית, ווי Lehm פאַר לחם[1][8]: 120.

אן אנדער חילוק אין קאנסאנאנטן איז געווען אינעם שטייגער ארויסצורעדן דעם שין. די בני־חית האבן אפגעטיילט צווישן די סיבילאנטן [s] (סמך און שׂין) און [ʃ] (שין). דאקעגן, די בני־הית האָבן דעם דאזיגן אונטערשייד נישט געוואוסט און פלעגן זיי אלע ארויסזאגן ווי [s], ווי באמערקט דורך זלמן הנקדן. אן ענליכער פענאמען קען מען טרעפן אינעם ליטווישן אידיש, דהיינו דער סאבעסדיגער לאסן (ענ'); דאס האט אבער נישט קיין שייכות צו די בני־הית און האט זיך באזונדער אנטוויקלט[5].

וואקאלן

די שיטה פון וואָקאַלן אין לשון קודש פון די בני־הית איז געווען ענליך, אויב נישט גלייך, צו דער ספרד'ישער הברה. די סופרים פון בני־הית געגנטער האָבן געניצט די טבריה'ער נקודות, אָבער זיי האבן נישט אלעמאל געוואוסט וואו מוז מען שרייבן פתח און וואו קמץ, וואו סגול און וואו צירי[3]. לויט א טענה, אבער, איז אין אנהייב אזוי געווען אויך אין דער געגנט פון די בני־חית (ביזן סוף 14טן י"ה), און נאר שפעטער איז עס ביי זיי - און אויך ביי די בני־הית - געטוישט געווארן צום נוסח וואָס מיר רופן היינט די אַשכנזישע הברה[7][9].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 1.6 וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס זי לאָזט אונז הערן. ייוואָ בלעטער 41: 102–123
  2. Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
  3. 3.0 3.1 Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. Language & Communication 7: 47–60
  4. Katz D (1988) Origins of Yiddish dialectology. Language & Communication 8: 39–55 : 9–37
  5. 5.0 5.1 Katz D (1993) East and west, khes and shin, and the origin of Yiddish. In: Israel Bartal I et al (eds) Studies in Jewish Culture in Honor of Chone Shmeruk: 9–37
  6. Neuberg S (2003) Noch einmal die Bney-Hes: (be)hesemen. Jiddistik Mitteilungen 29: 10–13
  7. 7.0 7.1 Beider A (2013) Bne Hes and Bne Ḵes. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics, Vol I: 373-375
  8. Stern H (2000) Wörterbuch zum jiddischen Lehnwortschatz in den deutschen Dialekten. Max Niemeyer Verlag, Tübingen: vi+250 pp
  9. וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!