אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:התאחדות קהלות החרדים"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (החלפת טקסט – "שלום פרידמאן" ב־"רבי שלום פרידמאן") |
||
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 22: | שורה 22: | ||
* הר"ר [[משה חיים אפרים פאדווא]] גאב"ד | * הר"ר [[משה חיים אפרים פאדווא]] גאב"ד | ||
* דיין [[אהרן דוד דונער]] | * דיין [[אהרן דוד דונער]] | ||
* דיין [[שלום פרידמאן]] | * דיין [[רבי שלום פרידמאן]] | ||
* דיין [[יוסף פאדווא]] (שחיטה) | * דיין [[יוסף פאדווא]] (שחיטה) | ||
* דיין [[זאב פעלדמאן]] | * דיין [[זאב פעלדמאן]] | ||
שורה 82: | שורה 82: | ||
* [[בית יעקב גראמאר־שול|בית יעקב גראמאר־שולע]] | * [[בית יעקב גראמאר־שול|בית יעקב גראמאר־שולע]] | ||
* [[בית מלכה]] ([[בעלזא]]) | * [[בית מלכה]] ([[בעלזא]]) | ||
* בית רחל דסאטמאר ([[אהרן טייטלבוים|ר' אהרן]]) | * בית רחל דסאטמאר ([[רבי אהרן טייטלבוים|ר' אהרן]]) | ||
* בית רחל דסאטמאר ([[זלמן לייב טייטלבוים|ר' זלמן לייב]]) | * בית רחל דסאטמאר ([[רבי זלמן לייב טייטלבוים|ר' זלמן לייב]]) | ||
* [[בית שרה שענירער]] | * [[בית שרה שענירער]] | ||
* [[בנות בית יעקב]] | * [[בנות בית יעקב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:40, 24 יאנואר 2024
דאס התאחדות קהלות החרדים איז א פארבאנד פון חרדישע אידישע געמיינדעס אין לאנדאן, ענגלאנד.
גרינדונג און פירערשאפט
דאס התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תרפ"ו דורך הרב אביגדור שיינפעלד, רב פון דער עדת ישראל שול אין לאנדאן. נאך זיין פטירה יונגערהייט אין תר"צ איז די קהילה איבערגענומען געווארן דורך זיין זון הרב שלמה שיינפעלד וואס ער האט אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע מוסדות און געברויכן אין לאנדאן, אין תשט"ו האט דאס התאחדות אויפגענומען הר"ר חנוך דוב פדווא אלס אב"ד, און הר"ר שלמה איז געווען דער רב הנשיא פון דער קהילה ביז ער איז נפטר געווארן אין יאר תשד"ם.
נאך הר"ר חנוך דוב פדווא איז געווארן אויפגענומען אלס אב"ד זיין זון הר"ר משה חיים אפרים פדווא וואס פירט די קהילה ביז צום היינטיגן טאג.
קערפערשאפט
דאס התאחדות קהלות החרדים פארטרעט אלע חרדישע געגנטן אין לאנדאן, ד"ה סטעמפארד היל, גאלדערס גרין, הענדאן און עדזשווער, און פילע אידישע קהילות אין די אלע פלעצער.
דאס התאחדות קהלות החרדים טוט צושטעלן אלע קהלישע געברויכן ווי וועד הכשרות (מיטן נאמען כדתיא), בתי דינים און בית הוראה, מקוואות און א קימפעטארן היים "בית ברכה". די נארד לאנדאן חברה קדישא און נארד־וועסט לאנדאן חברה קדישא באדינען די קהילה, וואס ניצט די בתי חיים אין ענפילד און טשעשאנט.
די קוראטארן פון דער קהילה זענען ר' בנציון פרישוואסער און רבי אברהם פינטער.
ביז תש"נ איז געווען ראש הקהל ר' יצחק קאהן. פון ר"ח אב תש"נ ביז זומער תש"פ איז געווען ראש הקהל ר' דוד פראנד; תמוז תש"פ האט ער אפגעזאגט זיין פאזיציע און ר' בנימין שטערן (ראה"ק קהל תורה עץ חיים) האט איבערגענומען (אפעציעל איז ר' דוד נאך געווען ראה"ק ביז ר"ח אב דאס איז פונקט 30 יאר זייט ער איז געווארן אויפגענומען). יוסף לעבנשטיין איז געווען א וויצע־פרעזידענט ביז זיין פטירה אין תשע"ה.
ראבינאט
די קהילה האט א ראבינאט, דער בית דין פון דער קהילה. די מיטגלידער פון דער ראבינאט בית דין זענען:
- הר"ר משה חיים אפרים פאדווא גאב"ד
- דיין אהרן דוד דונער
- דיין רבי שלום פרידמאן
- דיין יוסף פאדווא (שחיטה)
- דיין זאב פעלדמאן
- הר"ר ישראל מאיר גרינבערג, רב פונעם גאלדערס גרין בית המדרש
- דיין שלמה פרישוואסער
בתי דינים
די קהילה האט צוויי בתי דינים פאר דיני תורות, איינער אין סטעמפארד היל און דער אנדערער אין גאלדערס גרין. די דיינים אין סטעמפארד היל זענען הרב צבי נחמיה (הערשל) שנעק, הרב מרדכי אייזנער, הרב מרדכי צבי פסח, און הרב ישראל מאיר האלפערן, די ספרא דדיינא'ס זענען הרב יעקב ראובן קאנראד און הרב ישראל יעקב פרענקל. די דיינים אין גאלדערס גרין זענען הרב דוד דונער, הרב דוד קאהן און דיין דניאל שאנפעלד; דער ספרא דדיינא איז הרב מתתיהו לארענץ.
שולן און בתי מדרשים
בתי מדרשים אין סטעמפארד היל
די קהילה האט מער ווי הונדערט שולן און בתי מדרשים אין סטעמפארד היל.
בתי מדרשים אין גאלדערס גרין
די פאלגנדע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין געהערן צום התאקה"ח:
בית מדרש | רב |
---|---|
אברכים | הרב יעקב יצחק לעוו |
אור ישראל (סאדיגורא) | הרב אהרן פרידמאן |
אמרי שפר | הרב מאיר ראפאפארט |
בית אברהם | הרב רפאל גאלדבלאט |
בית ישכר דוב | הרב גרשון האגער |
בית שמואלֿ | הרב משה היילפרין |
גערער שטיבל | |
סאסאוו | הרב שלמה פרישוואסער |
עץ חיים ישיבה | |
קהילת אוהל משה | הרב דוד שטערן |
קהל חסידים | הרב יצחק אליעזר בריעף |
שערי תפילה | הרב ישעיה שלעזינגער |
תפארת ישראל | הרב יוסף וויינבערג |
מוסדות החינוך
די מוסדות החינוך פון די קהילה זענען כולל חדרים, שולן פאר אינגלעך, שולן פאר מיידלעך, הויכשולן, ישיבה קטנות,ישיבה גדולות, כוללים און מיידלעך סעמינאר'ס.
מיידלעך שולעס
מיידלעך שולעס פון דער קהילה:
- אהל בלימא רחל ד'באבאוו
- בית חינוך לבנות
- בית חינוך, עדזשווער
- בית טראנע
- בית יעקב (סטעמפארד היל)
- בית יעקב עלעמענטארע־שולע
- בית יעקב גראמאר־שולע
- בית מלכה (בעלזא)
- בית רחל דסאטמאר (ר' אהרן)
- בית רחל דסאטמאר (ר' זלמן לייב)
- בית שרה שענירער
- בנות בית יעקב
- בנות וויזשניץ
- בנות ירושלים
- חשמונאים הויכשולע (מיידלעך)
- יסודי התורה הויכשול פאר מיידלעך
- מנורה הויכשול פאר מיידלעך
- ליובאוויטש מיידלעך שול
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!