אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי האלבערשטאם (רודניק)"
ק (החלפת טקסט – "[[אברהם דוד הורוויץ" ב־"[[רבי אברהם דוד הורוויץ") |
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 32: | שורה 32: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:03, 14 יאנואר 2024
רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (נפטר ו' אלול ה'תרפ"א), רב פון רודניק.
אפשטאם
רבי נפתלי איז געבוירן צו זיין פאטער הרב רבי צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, א זון פון הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, דער דזשיקאווער רב, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
הסתלקות
רבי נפתלי איז נפטר געווארן ו' אלול ה'תרפ"א.
פאמיליע
רבי נפתלי האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב ישעיה צבי העללער, רב אין פראמפאהל, א זון פון הרב אהרן נתן העללער, רב אין פראמפאהל און קרעשאוו, אן אייניקל פון דעם ברוך טעם. זייערע קינדער:
- מרת חיה רחל די ווייב פון הרב אליעזר ליפא זילבערמאן, רבי אין ראצפערט, א זון פון הרב משה זילבערמאן, רבי אין ראצפערט. זייערע קידער:
- מרת ברכה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב רבי אברהם דוד הורוויץ, רב אין שטראסבורג, נאכהער אין עדה החרדית אין ירושלים, זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פינף קינדער, הי"ד.
- מרת בריינדל, די ווייב פון הרב ברוך אברהם ליפשיץ, אן אייניקל פון שינאווער רב, הי"ד.
- מרת הדס ביילא די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם אן אייניקל פון רבי משה'לע שינאווער, הי"ד.
- הרב צבי הי"ד.
- מרת פריידא די ווייב פון הרב חיים בערגער רב אין מישקאלץ
- הרב משה זילבערמאן פון וויליאמסבורג, (דער פאטער פון הרב ליפא זילבערמאן)
רעפערענצן
- לפיד אש
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!