אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מיטוואך"

12,759 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
←‏אין אידישקייט: פלייש (און וויין)
(אנהייב)
 
(←‏אין אידישקייט: פלייש (און וויין))
 
(15 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|פערטער טאג פון וואך, צווישן דינסטאג און דאנערשטאג}}
'''מיטוואך''' איז דער פערטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]].
'''מיטוואך''' איז דער פערטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]].


שורה 6: שורה 7:


==נאמען==
==נאמען==
מיטוואך הייסט אזוי ווייל עס איז דער מיטלסטער טאג פון דער וואך. דער נאמען נעמט זיך פון [[דייטש]], וואו עס איז געווארן איינגעפירט אין [[10טער י"ה]]. אויך אין די [[סלאווישע שפראכן]] טראגט דער נאמען דעם באדייט פון "מיטן" (ווי [[רוסיש]]: Среда), טראץ וואס זיי רעכענען די וואך אנגעהויבן פון מאנטאג.
לויט די [[אסטראלאגיע]] פון די "שבעה [[פלאנעט|כוכבי לכת]]", ([[סאטורן|שבתאי]], [[יופיטער|צדק]], [[מאדים]], [[זון|חמה]], [[ווענוס|נוגה]], [[מערקור|כוכב]], [[לבנה]]), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער [[1'טער יארהונדערט|ערשטער]] און [[2'טער יארהונדערט|צווייטער יארהונדערט]] איז געווארן פארשפרייט אין [[רוימישע אימפעריע|רוים]] דער פירונג, פון [[אוראלט גריכנלאנד|העלענישע]] און [[עגיפטן|עגיפטישע]] ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער דריטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט [[מערקור|כוכב]]{{הערה|זעט אויך {{בבלי|ברכות|נט|ב}} און רש"י דיבור המתחיל שבתאי}}, איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון מערקור" ([[לאטייניש]]: dies Mercurii).
כוכב איז געווען [[געצנדינעריי|געדינט]] אלס [[אפגאט]] אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט זייער אפגאט Woden. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין רוב אנדערע גערמאנישע שפראכן{{הערה|1={{Cite web|url=https://www.etymonline.com/word/Wednesday|title=Wednesday|website=Online Etymology Dictionary}}|כיוון=שמאל}}.


==אין אידישקייט==
==אין אידישקייט==
[[טעקע:Sun and moonTogether.jpg|קליין|לינקס|מיטוואך זענען באשאפן געווארן דער [[זון]] און די [[לבנה]].]]
ווי פארציילט אין אנהייב [[ספר בראשית]], האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די [[זון]], די [[לבנה]], און די [[שטערן|שטערנס]]:
{{ציטוט||תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי מְאֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהַבְדִּיל, בֵּין הַיּוֹם וּבֵין הַלָּיְלָה; וְהָיוּ לְאֹתֹת וּלְמוֹעֲדִים, וּלְיָמִים וְשָׁנִים. וְהָיוּ לִמְאוֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהָאִיר עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים, אֶת-שְׁנֵי הַמְּאֹרֹת הַגְּדֹלִים:  אֶת-הַמָּאוֹר הַגָּדֹל, לְמֶמְשֶׁלֶת הַיּוֹם, וְאֶת-הַמָּאוֹר הַקָּטֹן לְמֶמְשֶׁלֶת הַלַּיְלָה, וְאֵת הַכּוֹכָבִים. וַיִּתֵּן אֹתָם אֱלֹקִים, בִּרְקִיעַ הַשָּׁמָיִם, לְהָאִיר, עַל-הָאָרֶץ. וְלִמְשֹׁל, בַּיּוֹם וּבַלַּיְלָה, וּלְהַבְדִּיל, בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם רְבִיעִי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|יד|יט}}.|מרכאות=כן}}
[[ברכת החמה]] ווערט אלעמאל געזאגט אין א מיטוואך, ווען דער זון קומט אן צוריק צום ארט וואו עס איז געווען ביים באשאף, לויטן חשבון פון [[תקופת שמואל]].
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים צ"ד|א-ל נקמות ה']]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די זון און לבנה וועלכע ווערן [[עבודה זרה|געדינט]] דורך די געצנדינער פון וועמען ער וועט נקמה נעמען{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}.
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג אז די קינדער זאלן נישט באטראפן ווערן פון [[אסכרא]]{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}.
מיטוואך איז קעגן [[דוד המלך]]{{הערה|תוספת זוהר, שמות דף רע"ז}}, און קעגן [[רחל]]{{הערה|אגדת בראשית, פרק נ"ב}}.
אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], [[לא אד"ו ראש|קען זיך נישט אנהייבן]] דער יאר אין א מיטוואך, און אויב דער [[מולד]] פון [[תשרי]] געפאלט אין דעם טאג ווערט [[ראש השנה]] באשטימט אויף דאנערשטאג{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ז|א}}}}. לויט טייל מקורות איז שוין דער כלל שוין אנגעגאנגען איידער דער לוח איז געווארן באשטימט על פי חשבון{{הערה|זעט {{בבלי|סנהדרין|יג|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=וליעברה}} און {{בבלי|ראש השנה|יט|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=והא}}}}, און עס איז א תקנה פון [[תנאים]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יז|יד|מפרש=שכל טוב}}; אגרת בן מאיר, אין: זכרון לראשונים, חלק חמישי עמוד רט"ז.}} אדער [[הלכה למשה מסיני]]{{הערה|[[רב סעדיה גאון]], געברענגט אין ספר העיבור, מאמר שני שער שמיני; {{בבלי|שבת|קטו|א|מפרש=רבינו חננאל}}.}}. דאקעגן, אין דער לוח פון די לכאורה-[[איסיים]] פון [[קומראן]] האט זיך יעדער יאר - און יעדע פון די [[פיר תקופות]] - אנגעהויבן אין א מיטוואך.
[[פסח]] [[לא אד"ו ראש#לא בד"ו פסח|קען זיך אויך נישט אנהייבן]] אין א מיטוואך, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און ראש השנה וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין פרייטאג{{הערה|{{היברובוקס|רב יהודאי גאון|הלכות פסוקות|31930|הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א|page=215}}}}.
די חכמים האבן איינגעפירט אז א בתולה זאל [[חתונה]] האבן מיטוואך{{הערה|{{משנה|כתובות|א|א}}}}. היינטיגע צייטן גייט נישט אן די הלכה{{הערה|{{רמב"ם|אישות|י|יד}}}}. אין די צייטן פון די [[גאונים]] האבן זיך די בני [[בבל]] געפירט חתונה צו מאכן אין דאנערשטאג, און די בני [[ארץ ישראל]] אין מיטוואך{{הערה|חילוף מנהגות שבין בני ארץ ישראל לבני בבל, אות ל"ח}}. אויך אין שפעטערע צייטן האט מען זיך געפירט אין אסאך פלעצער חתונה צו מאכן מיטוואך{{הערה|זעט: מעשה הגאונים, עמוד 55; נחלת שבעה, סימן י"ב אות א'; מנהגים דק"ק וורמיישא, נשואין אות רכ"ט}}.
לויט איין דעה, האט מען אפגעשיידט דעם כהן וואס גייט פארברענען דעם [[פרה אדומה]] דווקא אין מיטוואך, כדי שבת - ווען מען טאר נישט שפריצן אים צו רייניגן - זאל אויסקומען אין פערטן טאג פון זיין אפשיידונג{{הערה|{{בבלי|יומא|ח|ב}}}}.
לויט טייל מקורות, זאל מען נישט אנהייבן זאכן אין מאנטאג און מיטוואך, ווייל זייער [[מזל]] איז נישט גוט{{הערה|{{שלחן ערוך|יורה דעה|קעט|ב}}}}. לויט אנדערע, זאל מען נישט אנהייבן זאכן אין מאנטאג און נישט ענדיגן אין מיטוואך{{הערה|שיורי ברכה, יורה דעה סימן קע"ט אות ג'; יסוד ושורש העבודה, שער הכולל פרק י"ט; תוספות ריב"א, פרשת בראשית.}}.
לויט טייל דעות, טאר מען נישט ארויספארן מיט א שיף איבער א גרויסע ים, אנגעהויבן פון מיטוואך ביז נאך שבת{{הערה|{{ירושלמי|שבת|א|ח}} אין נאמען פון בית שמאי, לויט די געדרוקטע גירסא, אדער אין נאמען פון תנא קמא, לויט די גירסא געברענגט אין תשובות ראב"ן סימן ס'.}}.
די צווייטע דריי טעג אין וואך, אנגעהויבן פון מיטוואך, ווערן פאררעכנט צום קומענדיגן שבת: ווען איינער לאזט שרייבן א [[גט]], וואס מען זאל איבערגעבן אויב ער וועט נישט אנקומען ביז פאר שבת, ווארט מען אויף מיטוואך{{הערה|{{בבלי|גיטין|עז|א}}}}. לויט געוויסע מקורות, קען מען זיך שערן די נעגל לכבוד שבת אנגעהויבן פון מיטוואך{{הערה|אבודרהם, סדר נטילת צפרנים, געברענגט אין ב"ח און {{טור|אורח חיים|רמא|מפרש=פרישה}}.}}. טייל האבן זיך געפירט נישט צו עסן [[פיש]] פון מיטוואך, כדי זיי זאלן עס עסן אום שבת מיט אפעטיט{{הערה|טעמי המנהגים, קונטרס אחרון, לו,ב}}.
געוויסע האבן זיך מקבל געווען אפצורעכטן אין מיטוואך א [[זכר לחורבן]], מיט נישט עסן [[פלייש]] און נישט טרינקן [[וויין]]{{הערה|שני לוחות הברית, מסכת שבועות, פרק נר מצוה אות יב}}, דער מנהג נישט צו עסן פליישיגס איז געבליבן ביי טייל קהילות{{הערה|זעט: שו"ת חיי הלוי ח"א, או"ח סימן מז}}.


==אין אלגעמיינע קולטורן==
==אין אלגעמיינע קולטורן==
אין טייל איסלאמישע לענדער איז מיטוואך דער לעצטער טאג פון דער [[ארבעט]]-וואך.
מיטוואך ווערט צומאל אומאפיציעל גערופן "דער הויקער טאג" אין [[צפון אמעריקע]], באצייכענענדיג דעם פאקט אז עס איז דער מיטלסטער טאג - אדער "הויקער" - פון א געווענליכע ארבעטס-וואך{{הערה|1={{cite web|url=http://oxforddictionaries.com/us/definition/american_english/hump-day|archive-url=https://web.archive.org/web/20131104214031/http://www.oxforddictionaries.com/us/definition/american_english/hump-day|url-status=dead|archive-date=November 4, 2013|title=Definition of hump day in English|work=Oxford Dictionaries|publisher=[[Oxford University Press]]|access-date=3 September 2013}}|כיוון=שמאל}}{{הערה|1={{cite news |title=Wednesday |url=https://www.thehansindia.com/tags/Wednesday |agency=The Hans India}}|כיוון=שמאל}}.
"לילארדאג" איז א נארדישע טראדיציע פון פייערן א "קליינע וויקענד" אין מיטוואך נאכט{{הערה|1={{Cite web|last=Woolsey|first=Barbara|date=|title=Lillördag: Sweden's workers de-stress with 'Little Saturday'|url=https://www.bbc.com/worklife/article/20210129-lillrdag-swedens-workers-destress-with-little-saturday|access-date=5 February 2021|website=BBC|language=en}}|כיוון=שמאל}}.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 17: שורה 56:


[[קאַטעגאָריע:טעג|4]]
[[קאַטעגאָריע:טעג|4]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[HE:יום רביעי]]
[[HE:יום רביעי]]