אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חזק חזק ונתחזק"
ק (צוריקגעשטעלט דעסקריפציע (diffedit)) |
ק (←מקור פונעם מנהג: הגהה) |
||
שורה 7: | שורה 7: | ||
==מקור פונעם מנהג== | ==מקור פונעם מנהג== | ||
אין [[ספר יהושע]] שטייט געשריבן: {{מנוקד|לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ|{{תנ"ך|יהושע|א|ח|ט}}}}, וואס דערויף שרייבט דער [[ארחות חיים (לוניל)|ארחות חיים]]{{הערה|[https://machon.oretzion.com/document/-8586958588040781916TfilaA.pdf#page=463 הלכות שני וחמישי אות יט].}} אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - '''חזק ואמץ'''", און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די [[נוסח איטאליע|איטאליענער אידן]], און אזוי ווערט עס אראפגעברענגט אין [[בית יוסף]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלט|מפרש=בית יוסף | אין [[ספר יהושע]] שטייט געשריבן: {{מנוקד|לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ|{{תנ"ך|יהושע|א|ח|ט}}}}, וואס דערויף שרייבט דער [[ארחות חיים (לוניל)|ארחות חיים]]{{הערה|[https://machon.oretzion.com/document/-8586958588040781916TfilaA.pdf#page=463 הלכות שני וחמישי אות יט].}} אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - '''חזק ואמץ'''", און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די [[נוסח איטאליע|איטאליענער אידן]], און אזוי ווערט עס אראפגעברענגט אין [[בית יוסף]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלט|מפרש=בית יוסף|אן=נאמען}}.}} און [[רמ"א]]{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=רמ"א|אן=נאמען}}.}}. דער כנסת הגדולה שרייבט{{הערה|{{היברובוקס|2=כנסת הגדולה - אורח חיים|3=14597|page=43}}; ווערט אראפגעברענגט אין {{שלחן ערוך|אורח חיים|קלט|יא|מפרש=כף החיים|סק=נו}} אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון [[יפה ללב]] אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.}}, אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים [[נוסח ספרד|ספרדים]]{{הערה|[[ילקוט יוסף]] [https://www.yalkut.info/2020/07/12/סימן-קמא-דיני-קורא-ומקרא/ סימן קמא – דיני קורא ומקרא] סעיף ה'.}} | ||
דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער [[אבודרהם]] ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר{{הערה|{{שיתופתא|1=Abudarham/,_Shabbat_Prayers,_Torah_Reading?selectedunittext=3|2=סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'}}.}}. שפעטער איז געווארן געפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק {{ציטוטון|חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ}}{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|י|יב}}.}}{{הערה|זעט: {{ערוך השולחן|אורח חיים|קלט|טו}}, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און געבט אן א טעם צו זאגן דריי מאל "חזק" אז עס גימטריא מש"ה. זעט אויך אין [[מאור ושמש]] [[שית:Maor_VaShemesh,_Vayechi.17|פרשת ויחי]] וואו ער ברענגט דער גירסא פון דריי מאל חזק.}}. לויט מנהג [[פרנקפורט]], זאגט מען '''"חֲזַק וְנִתְחַזַּק"'''{{הערה|{{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גיגר|דברי קהלת|6822|page=90|פרשת מסעי, עמ' 89}}; [https://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdf מדריך למנהג אשכנז המובהק], עמ' 27.}}. | דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער [[אבודרהם]] ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר{{הערה|{{שיתופתא|1=Abudarham/,_Shabbat_Prayers,_Torah_Reading?selectedunittext=3|2=סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'}}.}}. שפעטער איז געווארן געפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק {{ציטוטון|חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ}}{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|י|יב}}.}}{{הערה|זעט: {{ערוך השולחן|אורח חיים|קלט|טו}}, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און געבט אן א טעם צו זאגן דריי מאל "חזק" אז עס גימטריא מש"ה. זעט אויך אין [[מאור ושמש]] [[שית:Maor_VaShemesh,_Vayechi.17|פרשת ויחי]] וואו ער ברענגט דער גירסא פון דריי מאל חזק.}}. לויט מנהג [[פרנקפורט]], זאגט מען '''"חֲזַק וְנִתְחַזַּק"'''{{הערה|{{היברובוקס|רבי שלמה זלמן גיגר|דברי קהלת|6822|page=90|פרשת מסעי, עמ' 89}}; [https://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdf מדריך למנהג אשכנז המובהק], עמ' 27.}}. |
רעוויזיע פון 23:35, 17 דעצעמבער 2023
חֲזַק חֲזַק וְנִתְחַזֵּק (אדער וְנִתְחַזַּק) איז אן אויסרוף וואס די אשכנזים פירן זיך אויסצורופן ווען מען ענדיגט ליינען יעדע חומש פון די חמישה חומשי תורה. אן ענליכע מנהג איז אנגענומען אויך אין א טייל ספרדישע קהילות.
אין א שבת וואס די פרשת השבוע איז די לעצטע סדרה פונעם חוּמש, (צום ביישפיל פרשת ויחי אין בראשית), איז איינגעפירט אז פארן ליינען דעם לעצטן פסוק פון די פרשה שטעלט זיך דער קהל אויף, און נאך וואס דער בעל קורא ענדיגט ליינען דעם פסוק זאגט דער גאנצער קהל די ווערטער "חזק חזק ונתחזק!". דערנאך זאגט דער בעל קורא איבער "חזק חזק ונתחזק". דאס איז א וואונטש פארן עולה לתורה און פארן גאנצן ציבור אז זיי זאלן זיך שטארקן און פארזעצן צו לערנען. דער שבת אין וועלכע מען רופט אויס חזק, ווערט אנגערופן "שבת חזק".
מקור פונעם מנהג
אין ספר יהושע שטייט געשריבן: לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ, וואס דערויף שרייבט דער ארחות חיים[1] אז טייל קהילות פירן זיך "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - חזק ואמץ", און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די איטאליענער אידן, און אזוי ווערט עס אראפגעברענגט אין בית יוסף[2] און רמ"א[3]. דער כנסת הגדולה שרייבט[4], אז דער מנהג ביי זיי איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך', און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', און אזוי איז טאקע איינגעפירט ביי די ספרדים ספרדים[5]
דער ארחות חיים שרייבט אז די ספרדים האבן זיך געפירט צו זאגן חזק נאר ביים ענדיגן די גאנצע תורה, ווידער דער אבודרהם ברענגט אז דער מנהג אין ספרד איז געווען עס צו זאגן ביים ענדיגן יעדן ספר[6]. שפעטער איז געווארן געפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און דאן האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק ”חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ”[7][8]. לויט מנהג פרנקפורט, זאגט מען "חֲזַק וְנִתְחַזַּק"[9].
טעם פונעם מנהג
לויטן פרי חדש, זאגט מען "חזק" ביים ענדיגן די תורה לויט די גמרא[10]: "ארבעה צריכין חיזוק, ואלו הן: תורה ומעשים טובים תפלה ודרך ארץ"[11]. אין שו"ת מהר"ם מינץ שרייבט ער אז פונקט ווי מען זאגט "הדרן עלך" ביי א סיום מסכתא, זאגט מען "חזק" אז דו האסט געענדיגט די חומש, יישר כח און פאנג אן נאכאמאל צו לערנען[12]. פארהאן קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל וואס ביי זיי פירט מען זיך אן ענליכע מנהג, דער קהל זאגט "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"[13].
אין שו"ת באר משה ברענגט ער נאך א טעם לויטן גמרא אין מסכת יומא "וזאת התורה אשר שם משה, זכה נעשית לו סם חיים, לא זכה נעשית לו סם מיתה". און אזוי זאגט אויך רבי בנאה אין אן אנדער ארט, און דעריבער בענטשט מען 'חזק חזק' אז ער זאל זוכה זיין צום אור התורה און עס זאל זיין פאר אים א סם החיים.
און דער לבוש שרייבט וועגן ענדיגן די תורה אום שמחת תורה "און דעמאלט ליינט דער חתן תורה דעם פסוק ביז לעיני, און קהל ענדיגט צו לעיני כל ישראל צוזאמען מיטן חתן, און זיי ענטפערן מיט א הויך קול, חזק". און אין אליה רבה שרייבט ער "און דער חזן זאגט עס איבער און דער קהל ענטפערט, א רמז צו משה רבינו, וואס דריי מאל חזק איז בגימטריא משה".
דער אורחות חיים שרייבט אז ווען מען ענדיגט ליינען זאגט מען "חזק ואמץ", און פון דא נעמט זיך דער מנהג צו זאגן חזק אין פראנקרייך און אין פראווינץ ביים ענדע ליינען, אבער אין ספרד זאגט מען עס נאר ביים ענדיגן די תורה. דער בית יוסף ברענגט די ערשטע טייל פון די ווערטער.
דער עולה אליינס דארף נישט זאגן "חזק", ווייל דאס איז געווענדעט צו אים, און א טייל פוסקים אסרן אים עס צו זאגן, וויבאלד דאס איז אן הפסק צווישן דעם ליינען אין די ברכת התורה[14]. און אזוי האט געשריבן דער קצות השולחן, און אין זיין ספר 'בדי השולחן' לייגט ער צו אז עס האט נישט קיין פשט אז ער זאל זאגן פאר זיך חזק. אזוי האבן אויך געשריבן באר משה און משנה הלכות. דער ליובאוויטשער רבי האט אפגעווארפן די צוויי טענות, אז עס איז נישט קיין הפסק וויבאלד דאס באלאנגט צום ענדיגן ליינען און דאס איז א טייל דערפון, און ער ערקלערט אז די ענין פון די ברכה איז גלייך צו די ענין פון 'חזק חזק ונתחזק', און צו די טענה אז דאס איז א ווינטש פונעם קהל צום עולה, ענטפערט ער אז "לויט אונזער נוסח זאגט מען 'ונתחזק'", דאס מיינט אז די ברכה איז אויך געווענדעט צום קהל, בלשון רבים[מקור פארלאנגט].
ארויסרעדן
דער צושפרייטער מנהג איז צו זאגן "ונתחזֵּק", מיט א צירי[15], און אזוי שטייט אויך אין מנהגי חב"ד[16]. מיט דעם, האבן אפאר מדקדקים[17] אויפגעמערקט אז מען דארף זאגן מיט א פתח, "וְנִתְחַזַּק", ווי די נקודות פון "חֲזַק וְנִתְחַזַּק" אין ספר שמואל ב (י יב), וואס ווארשיינליך האבן זיי באאיינפלוסט דעם מנהג[18].
זעט אויך
צו ליינען מער
- יעקב ש' שפיגל, "אמירת חזק ויישר כוח", בתוך: בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 347–370
- יוסף ויכלדר, "חזק חזק ונתחזק", "המבשר תורני", כ"ז בתמוז תשע"א
דרויסנדע לינקס
- עלון השבת "עומקא דפרשה", מטות-מסעי תשע"ב,, אין וועבזייטל "שטייגען"
- יעקב ש' שפיגל וישראל בן־דוד, חזק חזק ונתחזק, לשוננו לעם, כרך מו, חוברות א ו־ד (התשנ"ה), עמ' 24–26, 176–180, אין וועבזייטל האקדמיה ללשון העברית
- חזק חזק ונתחזק אין וועבזייטל האקדמיה ללשון העברית.
רעפערענצן
- ↑ הלכות שני וחמישי אות יט.
- ↑ אורח חיים, סימן קל"ט.
- ↑ אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף י"א.
- ↑ כנסת הגדולה - אורח חיים; ווערט אראפגעברענגט אין כף החיים, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף קטן נ"ו אלס ירושלים'ער מנהג, און ברענגט פון יפה ללב אז דער מנהג איז אויך צו זאגן אזוי פאר יעדע שליח ציבור.
- ↑ ילקוט יוסף סימן קמא – דיני קורא ומקרא סעיף ה'.
- ↑ סדר תפילות השבת, קריאת התורה, ד'.
- ↑ שמואל ב' י, יב.
- ↑ זעט: רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, וואו ער ברענגט ביידע מנהגים, און געבט אן א טעם צו זאגן דריי מאל "חזק" אז עס גימטריא מש"ה. זעט אויך אין מאור ושמש פרשת ויחי וואו ער ברענגט דער גירסא פון דריי מאל חזק.
- ↑ רבי שלמה זלמן גיגר, דברי קהלת, פרשת מסעי, עמ' 89; מדריך למנהג אשכנז המובהק, עמ' 27.
- ↑ ברכות לב, ב
- ↑ פרי חדש, אורח חיים, סי' קל"ט ס"ק י"א
- ↑ ווערט געברענגט אין אוצר דינים ומנהגים
- ↑ הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די ספרדים אין אמסטרדם. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" (כתר שם טוב, חלק א', קיידאן ה'תרצ"ד עמודים רפ"ח-רפ"ט). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא, ניו יורק 1997 עמוד 272.
- ↑ שו"ת שבט הלוי חלק ז' סימן ר"ב. לוח ארץ ישראל.
- ↑ יהודה טשזנר, שיח תפילה, אופקים תשס"ז, עמ' רעז
- ↑ זעט צום ביישפיל התקשרות תלט, ויחי תשס"ג, עמ' 19
- ↑ צווישן זיי מילון אבן שושן
- ↑ יעקב ש' שפיגל, "אמירת חזק ויישר כוח", בתוך: בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 357 הערה 68. דאס איז די איינציגסטע מאל וואס עס שטייט אין תנ"ך די ווארט "ונתחזק". די ווערטער "ויתחזק" און "התחזק" זענען עפ"י רוב מנוקד מיט א פתח און א קליינע טייל מיט א צירי.
קאטעגאריע:קריאת התורה קאטעגאריע:ברכות און וואונטשן
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער