אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמהות"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אמהות צו דרעפט:אמהות אן לאזן א ווייטערפירונג) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:אמהות צו אמהות אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 14:48, 21 נאוועמבער 2023
די ארבע אמהות ("פיר מוטערס") זענען די פיר מאטריארכן פון דאס אידישן פאלק, די ווייבער פון די אבות: שרה די ווייב פון אברהם, רבקה די ווייב פון יצחק, און רחל און לאה די ווייבער פון יעקב. אין צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן, בלהה און זלפה, וועלכע האבן אויך געבוירן טייל פון די שבטים.
עס איז איינגעפירט צו צולייגן דעם צונאמען "אמנו" ("די מאמע") צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו", "רבקה אמנו", "לאה אמנו", און "רחל אמנו" וואס איז אויך באקאנט אלס "די מאמע רחל".
מקור און צאל
דער מקור צום צונאמען און צאל פון די אמהות שטאמט פון די גמרא: "אין קורין לאבות אבינו אלא שלושה, ולא לאימהות אימנו אלא לארבע האמהות"[1]. די גמרא שטעלט קלאר אז טראץ וואס רחל און לאה זענען נישט די ביאלאגישע מאמעס פונעם גאנצן פאלק, נאר יעדע איינע איז די מוטער פון געוויסע שבטים, דאך ווערן זיי גערעכנט ווי מאמעס פון גאנצן פאלק צוליב זייער חשיבות[2]. דאס שטארצט באזונדער ארויס מיטן פאקט אז בלהה און זלפה ווערן נישט אריינגערעכנט צווישן די אמהות, כאטש פון זיי זענען אויך ארויס אייניגע שבטים, און דאס איז וויבאלד זיי זענען געווען דינסטן.
טראץ דעם, טרעפט מען אז חז"ל נעמען אן אין געוויסע פלעצער אז עס זענען פארהאן זעקס אמהות, אריינרעכענענדיג בלהה און זלפה צווישן זיי[3].
אין די תורה
דער נאמען שרה/שרי ווערט דערמאנט 55 מאל אין די תורה, נאכגעפאלגט מיט רחל (47), לאה (34), און רבקה (30)[4]. דאקעגן, איז רבקה'ס לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר (50), נאכגעפאלגט מיט רחל (46), לאה (28), און שרה (16)[5].
איבער די דריי שפעטערע אמהות ווערט דערמאנט אין די תורה וועמענס טעכטער זיי זענען געווען, מיט רבקה זייענדיג די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[6]. שרה'ס אפשטאם שטייט נישט ארויס, אבער אברהם האט זיך פארענטפערט פאר אבימלך אז זי איז זיין "שוועסטער" פון טאטע'ס זייט[7]. חז"ל ערקלערן אז זי איז געווען א טאכטער פון הרן דער זון פון תרח[8]; לויט דעם זענען אלע אמהות געווען פון די זעלבע משפחה, און זיי זענען אלע געברענגט געווארן פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל.
שרה איז די איינציגסטע פון די אמהות – און די איינציגסטע פרוי אין די תורה בכלל – וואס איר עלטער ווערט קלאר דערמאנט[9]. חז"ל דרוקן זיך אויס אז זי איז געווען די עיקר פון די אמהות, זייענדיג די ערשטע[10].
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – ווערן באצייכנט אין די תורה מיט זייער שיינקייט[11]. אויף לאה שטייט אז אירע אויגן זענען געווען "רכות"[12], וואס ווערט פארשידענארטיג אפגעטייטשט דורך די מפרשים[13].
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער נאר נאך אסאך קינדערלאזע יארן. אין מדרש שטייט אז אויך לאה איז געווען אן עקרה פון איר נאטור, נאר א נס איז געשען און זי איז גלייך פארהיילט געווארן[14]. עס זענען פארהאן אסאך ערקלערונגען אין מדרש און אין מחשבת ישראל אויף די ערשיינונג פון קינדערלאזיגקייט ביי די אמהות[15]. דאס וויכטיגקייט פון די אמהות און זייער ראלע אין דאס געבורט פון זייערע קינדער איז אין קאנטראסט צו די רעלאטיווע אפוועזנהייט פון די מוטער אין אנדערע געבורט-טעקסטן פון אלט מיטל-מזרח[16].
אלע אמהות זענען נפטר געווארן ביים לעבן פון זייערע מענער[17]. אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין מערת המכפלה[18], אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין קבר רחל וואס איז אין בית לחם[19]. בלהה און זלפה זענען לויט טייל מקורות באערדיגט געווארן אין טבריה אין קבר האמהות[20].
אין אגדה
חז"ל[21] זאגן אז די אמהות זענען געווען נביאות. רבי חנינא בן פזי לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן ”יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר” (בראשית ל, כד). פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוואוסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר[22]. פארט ווערט אבער נאר שרה אויסגערעכנט צווישן די שבע נביאות[23].
חז"ל דרש'ענען אז דער זכות פון די אמהות איז אויך אין כלל פון זכות אבות[24], כאטש די השגחה פון השי"ת צוליב די אבות איז ווי פון פענסטערס און צוליב די אמהות ווי פון שפאלטנס[25].
דער מדרש ערקלערט אז די ארבעה מינים זענען מרמז קעגן די אמהות: פרי עץ הדר קעגן שרה, וואס איז געווען באשיינט מיט עלטער; דער לולב, וואס טראגט פרוכט און שטעכערס, קעגן רבקה וואס האט געבוירן יעקב און עשו; דער הדס, באקרוינט מיט פילע בלעטער, קעגן לאה וועלכע האט געהאט פיל קינדער; און די ערבה, וואס ווערט שנעל פארטרוקנט, קעגן רחל וואס איז נפטר געווארן פריער ווי איר שוועסטער[26].
אין די ספרי מחשבה שטייט אז אויך די ארבע כוסות זענען קעגן די אמהות[27]: דער ערשטער כוס, אויף וואס מען מאכט א ברכה אשר בחר בנו מכל עם, איז קעגן שרה וועלכע האט מגייר געווען פרויען; די צווייטע כוס, אויף וועלכע מען פארציילט די הגדה של פסח וואס הייבט אן מיט גנות און ענדיגט מיט שבח, איז קעגן רבקה וואס האט אנגעהויבן מיט עשו און געענדיגט מיט יעקב; רחל, די עקרת הבית צוליב וועמען די ברכה קומט, און וואס איר זון יוסף האט יעדן געשפייזט, איז קעגן דער דריטער כוס פון ברכת המזון; און דער פערטער כוס, פון הלל, איז קעגן לאה וועלכע האט געלויבט[28].
אין טייל מקורות ווערט דערמאנט אז דער פיר-שפיציגער שין אויף איין זייט פון די תפילין של ראש איז קעגן די פיר אמהות[29].
זעט אויך
צו ליינען מער
- WOOLSTENHULME, KATIE,JAYNE, The Role and Status of the Biblical Matriarchs in Genesis Rabbah, Durham theses, Durham University, 2017
רעפערענצן
- ↑ מסכת שמחות, פרק א', הלכה י"ד
- ↑ ברכות טז, ב
- ↑ ווי אין שיר השירים רבה, פרשה ו': ”שש עגלות צב... ו' כנגד ו' אמהות- שרה רבקה רחל לאה זלפה בלהה”. ענליך דערצו אין אסתר רבה, פרשה א', פסקה י"ב.
- ↑ אברהם אבן שושן, קונקורדנציה חדשה
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ בראשית כב, כג
- ↑ כ, יב
- ↑ מגילה יד, א
- ↑ זעט: דרשות ופירושי רבינו יונה, פרשת חיי שרה, אז צוליב איר גרויסע מעלה שטייט א גאנצע פרשה אין די תורה איבער אירע לעבנס-יארן, פטירה און קבורה, א כבוד וואס איז נישט געטון געווארן צו קיין אנדערע פרוי. זעט אויך פירוש רבי יוסף בכור שור, דארט, אז שרה איז געווען חשוב'ער ווי די אנדערע פרויען וואס זייער פטירה ווערט דערמאנט אין די תורה (דבורה מינקת רבקה, רחל, מרים הנביאה), און דעריבער שטייען נאר אירע יארן.
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה י"א
- ↑ יב, יא; כד, טז; כט, יז.
- ↑ כט, יז
- ↑ אונקלוס, רב סעדיה גאון, רבי יוסף קרא, רבינו מיוחס און פירוש הטור אויף כט, יז טייטשן עס אלס אויסדרוק פון שיינקייט. דער רשב"ם און דעת זקנים, דארט, לייגן צו אז אירע שיינע אויגן האבן באשיינט איר גאנצן געזיכט (ווי תענית כד, א). רבי אברהם אבן עזרא, רש"י און רד"ק, דארט, טייטשן עס מיטן פארקערטן באדייט.
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כט, לא; פסיקתא דרב כהנא פסקה כ' רני עקרה.
- ↑ צבי הבר, מפני מה היו אבותינו עקרים, אין וועבזייטל ישיבת ברכת משה
אברהם קורמאן, עקרות האמהות, אין וועבזייטל קטיף.נט
יאירה אמית, ולמה נתעקרו האמהות?, אין וועבזייטל מקרא גשר. - ↑ Finlay, Timothy D. The Birth Report Genre in the Hebrew Bible, 41-42
- ↑ תוספות השלם, פרשת חיי שרה. זעט דארט אז אזוי איז ביי נשים כשרות.
- ↑ בראשית מט, לא
- ↑ בראשית לה, יט–כא
- ↑ אברהם מנחם מענדל מאהר, מבשרת ציון, עמוד 40, בשם יש אומרים
- ↑ ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ק"ל
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע"ב, פסקה ו'
- ↑ מגילה יד, א. זעט שפתי חכמים אויף רש"י, בראשית כט, לד אז דאס איז ווייל שרה איז געווען גרעסער ווי אברהם אין נבואה, אנדערש ווי די אנדערע אמהות קעגן די אבות, אדער אז שרה האט נבואה געזאגט אויך פאר אנדערע.
- ↑ ספרא, פרשת בחוקותי; ראש השנה יא, א.
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"א, פסקה ג'
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל', פסקה י'
- ↑ רבי יהודה ליוואי, גבורות ה', סוף פרק ס'
- ↑ שני לוחות הברית, מסכת פסחים, מצה עשירה
- ↑ מגלה עמוקות, פרשת קדושים; רמ"ע מפאנו, מאמר קשיטה סימן ע"ה. געברענגט אין אליה רבה, אורח חיים, סימן ל"ב, סק"ה.