אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מגילת אסתר"
ק (מכלוליזאציע) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:מגילת אסתר צו רוי:מגילת אסתר אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:29, 7 נאוועמבער 2023
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א מגילת אסתר פון בראגינסקי זאמלונג | |
תקופת התרחשות | שיבת ציון |
---|---|
צאל קאפיטלעך | 10 |
צאל פסוקים | 167 |
ספרים סעריע | חמש מגילות |
הספר הקודם | קהלת |
הספר הבא | דניאל |
מגילת אסתר, אפט גערופן בלויז מגילה, איז איינס פון די פינף מגילות אין כתובים. אין די מגילה ווערט דערציילט וועגן א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. צום סוף פון די מגילה ווערט דערציילט, אַז לזכר די דאָזיגע געשעענישן איז באַשטימט געוואָרן דער יום-טוב פורים און זיינע מצוות, משלוח מנות, מתנות לאביונים, און משתה ושמחה - אפרעכטן טרינק סעודות, און זיך פרייען. די מגילה ווערט געליינט צוויי מאל אין פורים, ביינאכט און בייטאג, און אויך דאס ליינען איז איינע פון די מצוות פונעם יום טוב.
ערציילונג
סעודת אחשורוש
די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה ציט זיך 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.
דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די איינוואוינער פונעם הויפטשטאט שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פארגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און גאלדענע כלים, און אסאך וויין. די קעניגן ושתי האט אויך געמאכט א מאלצייט פאר די פרויען.
אין זיבעטן טאג, אנגעטרינקענערהייט, הייסט ער ברענגן די קעניגן ושתי צום מענער זאַל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט, אויפ'ן ראט פון זיין ראטגעבער ממוכן, איר צו אפזאגן פון די קעניגטום, און ארומשיקן בריוון צו אלע לענדער און פעלקער, יעדעם אויף זייער שפראך, אז דער מאן איז בעל הבית אין שטוב.
נייע קעניגן
ווען אחשורוש בארואיגט זיך הייסט ער צוזאמנעמען אלע שיינע בתולות פון איבער זיין קעניגרייך קיין שושן, צו אויסוועלן א נייע קעניגן. צווישן די אלע מיידלעך איז געווען אסתר, אדער הדסה, א אידישע יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער מרדכי אין שושן, פון די אימיגראנטן וואס נבוכדנצר, קעניג פון בבל, האט פארטריבן פון ירושלים.
אסתר ווערט גענומען צו דעם פלאץ וואו די מיידלעך גרייטן זיך צו טרעפן אחשורוש, און געפעלט שטארק ביים פארוואלטער הגי. זי ווערט אויסגעקליבן צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט איר אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוקט שטענדיג נאך איר צו זען וואס זי מאכט. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענימען גאנצע 12 חדשים, ווערן געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף ווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן.
אין יענע צייט איז מרדכי א באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינע פון די טעג הערט ער זיך אונטער ווי צוויי טויער-היטערס, בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, קאָנספּירירן צו ערמארדן אחשורוש, מרדכי גייט שנעל פארציילן פאר אסתר און זי פארציילט נאך די פלאן פאר אחשורוש. בגתן און תרש ווערן אויפגעהאנגען, און עס ווערט פארשריבן אינעם קעניגליכן כראָניק אז מרדכי האט געראטעוועט דער קעניג'ס לעבן.
המן'ס גזירה
נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער המן האגגי. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געקניט אדער געביקט. המן ווערט זייער אויפגערעגט אויף מרדכי'ס חוצפה, און מאכט אפ צו הרג'ען מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן ווארפט גורל אויף וועלכע טאג זאל דאס ווערן אויסגעפירט, און עס קומט אויס דעם דרייצענטען פון חודש אדר. המן גייט איבעררעדן אחשורוש צו פארטיליגן דאס פאלק, און איז גרייט צו געבן 10,000 שטיק זילבער פאר'ן קעניג'ס שאצקאמערן. אחשורוש שטימט צו און געט איבער זיין קעניגליכן רינג פאר המן צו אפשטעמפלען א קעניגליכן באפעל צו הרג'ען אלע אידן און זאגט אויך אפ דאס נעמען די פארגעשלאגענע געלט. אין י"ג ניסן ווערט געשריבן בריוון אין אלע שפראכן, געשטעמפלט, און געשיקט מיט לויפערס צו אלע פעלקער זיך צו גרייטן צום דרייצענטן פון חודש אדר צו הרג'ען און באראבעווען אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן אימפעריע.
ערשטע סעודה
ווען מרדכי דערוויסט זיך פונעם גזירה, צערייסט ער זיינע קליידער, טוט אָן א זאַק און לייגט אש אויפ'ן קאפ, און גייט ארום אין די גאסן מיט א געוואלד ביזן קעניגליכן טויער. די גזירה קומט דערווייל אן צו די איבריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און זיי הייבן אויך אָן פאסטן און טרויערן. די באדינערקעס דערציילן אסתר און זי שיקט קליידער צו איבערטון מרדכי, אבער מרדכי זאגט אפ. אסתר באפעלט הֲתָך, איינער פון קעניג'ס הערן, צו נאכפרעגן וואס גייט פאָר. מרדכי דערצייט אים אלעס וואס קומט פאר, און ווי המן טוט ווירקן ביים קעניג מיט געלט צו אומברענגען די אידן. ער געט איבער פאר התך'ן דעם אפיציעלן דאקומענט וואס רופט צו הרג'ענען די אידן ער זאל עס ווייזן פאר אסתר, און גלייכצייטיג איר באפעלן צו גיין זיך איינבעטן ביי אחשורוש צו אפזאגן די גזירה. צום ערשט וויל אסתר נישט, ווייל פאר'ן גיין צום קעניג אָן אַן איינלאדונג, ווייסט יעדער, באקומט מען טויט שטראף, אבער נאך אסאך בעטן און סטראַשן שטימט אסתר צו, און בעט צו איינזאמלען אלע שושן'ע אידן צו פאסטן פאר דריי טעג און נעכט, צוזאמען מיט איר און אירע מוידן.
אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר פון אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זיין ווייב זרש און זיינע ליבהאבער, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך צו אויפהענגען מרדכי דעם קומענדיגן אינדערפרי.
מרדכי'ס כבוד און המן'ס דערנידערונג
יענע נאכט קען אחשורוש נישט איינשלאפן און ער זאגט צו פאָרליינען פאַר אים אינעם מעמוארן בוך. דאס בוך עפנט זיך אויף פונקט דארט ווי עס ווערט דערציילט וועגן זיין רעטונג דורך מרדכי'ן פונעם אטענטאַט פון בגתן און תרש, און אחשורוש פארלאנגט אז מען זאל באצאלן מרדכי פארן ראטעווען זיין לעבן. המן קומט אריין מיט'ן פלאן צו זאגן פאר'ן קעניג צו אויפהענגען מרדכי. אחשורוש פרעגט המן וואס זאח מען טון צו איינער וואס דער קעניג וויל באערן. המן מיינט אז מען רעדט פון איהם, רעכנט ער אויס א סעריע פון אויסערווענדליכע באערונגען: מען זאל אנטון פאר יענעם די קעניגליכע קליידער, ארום רייטן מיטן קעניגליכן פערד ארום די גאסן פון שטאט דורך א מיניסטאר פון קעניג, און ער זאל אויסרופן: "אזוי טוט מען פארן מענטש וואס דער קעניג וויל זיין ערע". אחשורוש באפעלט המן אז ער זאל שנעל אליין אויספירן וואס ער האט פארגעשלאגן מיט מרדכי. נאכן ענדיגן ארומפירן מרדכי, איילט זיך המן אהיים פארטרויערט, און דערציילט זיין ווייב און זיינע ליבהאבער אלעס וואס האט אים געטראפן, זיי ענטפערן אים: "אויב איז ער א איד דער מרדכי וועסטו פאַלן פאר אים". זיי האלטן נאך אינמיטן רעדן און די סריסים קומען צויאגן המן צום משתה וואס אסתר האט געמאכט.
צווייטע סעודה
ביים סעודה פרעגט אחשורוש אסתר ווידעראמאל וואס איז איר געבעט, און זאגט צו איר צו געבן ביז א האלבע קעניגרייך. אסתר בעט אחשורוש צו ראטעווען איר און איר פאלק וואס מ'האט פארקויפט צו אומברענגען און פארטיליגן. אחשורוש פרעגט איר ווער איז דער און אסתר ענטפערט "אִישׁ צַר וְאוֹיֵב, דער שלעכטער הָמָן". אחשורוש שטייט אויף גערעגט און גייט ארויס צום גארטן, המן פרובירט צו איבערבעטן אסתר און פאלט צו איר בעט פונקט אין די צייט וואס אחשורוש קערט זיך צוריק, זאגט אחשורוש, זאָגאַר ביי מיר אין הויז ווילסטו אייננעמען די קעניגן? חרבונה, איינער פון קעניג'ס ראטגעבער, געט א זאג, "דער בוים וואס המן האט צוגעגרייט אויפצוהענגען מרדכי וואס האט געראטעוועט דעם קעניג איז אין המן'ס הויף". דער קעניג באפעלט צו אויפהענגען המן דערויף און זיין צארן בארואיגט זיך.
דעם זעלבן טאג געט אחשוורורש פאר אסתר די הויז פון המן, און ווען ווערט דערוויסט זיך די נאנטקייט פון מרדכי צו אסתר געט אים דער קעניג זיין קעניגליכן רינגל, וואס איז ביז דאן געווען ביי המן. אסתר שטעלט מרדכי איבער המן'ס הויז און בעט זיך איין ביי אחשורוש צו צוריקציען די גזירות וואס זענען ארויס אויף איר פאלק. אחשורוש ענטפערט אז נאך וואס די קעניגליכן באפעל איז געשריבן און גע'חתמ'עט אינעם נאמען פונעם קעניג קען מען נישט צוריק ציען פונעם גזירה, נאר אנשטאט זאל מען שרייבן א נייער באפעל ווי זייער באגער. אויף מרדכי'ס גוטהייסונג ווערן געשריבן נייע בריוון אז די אידן מעגן זיך באשיצן פונעם פיינט וואס ווילן זיי הרג'ענען, און זיי גאר הרג'ענען און באראבעווען, אין דער זעלבער טאג, י"ג אדר, וואס איז געווען געשטעלט צו הרג'ענען די אידן. די בריוון זענען געשריבן געווארן כ"ג סיון און שנעל ארויסגעשיקט געווארן מיט רייטערס איבעראל. די אידן איבעראל פרייען זיך שטארק צום נייעם אנזאג און פילע גוים האבן זיך מגייר געווען אויס מורא פון די אידן.
אינעם באשטימטן טאג, י"ג אדר, נעמען זיך די אידן צוזאם אין אלע לענדער פונעם קעניג אחשורוש צו שלאָגן די וואס ווילן זיי שלעכטס טון, הרג'ענדיג 75,000 פיינט, און קיינער שטעלט זיך דערקעגן. אלע שרים און קעניג'ס אדללייט דערהייבן די אידן צוליב די פאׁרכט וואס איז זיי באפאלן פון די אידן און פון מרדכי, וואס איז באוואוסט און געגרויסט געווארן. אחשוורוש דערציילט פאר אסתר אז אין שושן האט מען געהרג'עט פינף הונדערט מענטשן און די צען קינדער פון המן. אסתר בעט פון קעניג נאך א טאג צו פאָרזעצן די מלחמה אין שושן און אויפהענגען המן'ס צען קינדער. צומארגנס, י"ד אדר, הרג'עט מען נאך דריי הונדערט מענטשן אין שושן, בעת וואס אין אנדערע שטעט רוט מען און מען פייערט שוין דעם זיג. טראץ וואס אינעם קעניגליכן באפעל איז ערלויבט געווארן פאר די אידן צו נעמען די רויב פון זייערע פיינט, האבן זיי דאך אין ערגעץ נישט צוגערירט דערצו.
פייערונגען
די אידן וואס וואוינען אין די אפענע שטעט אן קיין מויערן, פייערן דעם פורים אינעם טאג וואס זיי האבן גערוט פון זייערע פיינט, י"ד אדר, און די וואס וואוינען אין שושן, וואס דארט האבן די הריגות אנגעהאלטן נאך א טאג, פייערן עס אין ט"ו אדר. די פייערונגען רעכנט אריין פרייד און א סעודה, משלוח מנות פאר א חבר און מתנות פאר ארעמעלייט.
מרדכי שרייבט אפ די אלע געשעענישן און שיקט עס צו אלע אידן אין קעניג אחשורוש'ס מדינות און באפעלט צו מאכן די טעג י"ד און ט"ו אדר אויך יעדעס יאר ימי משתה ושמחה. די אידן האבן אנגענומען וואס מרדכי האט זיי געשריבן, און מ'האט גערופן דאס יום טוב "פורים" נאכ'ן פּוּר, דער גורל וואס המן האט געווארפן זיי צו פארלענדן. אויך אסתר האט באשטעטיגט די אגרת הפורים מיט צווייטע בריוון צוזאמען מיט מרדכי. זיין נאמען ווערן געדענקט צום גוטן צווישן די אידן אלס משנה למלך, און די געשיכטע פון זיין מאכט ווערט באשריבן אין די היסטאריע בוכער פון די מלכי פרס ומדי.
פאַרפּאַסער
חז"ל זאגן (לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בבא בתרא טו, א), אז די מגילה איז געשריבן געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה, וואס האבן באשטימט וועלכע ספרים וואס זענען אריין אין די תנ"ך און אין וועלכע סדר. עס איז דא וואס האלטן[1] לויט וואס איז געשריבן אין דער מגילה, אז עס איז געווען געשריבן דורך אסתר אדער מרדכי, אדער ביידע.
הייליגקייט און שטעלע צווישן די כתבי קודש
כאטש די מגילת אסתר איז אריינגערעכנט אין תנ"ך, זעען מיר אין חז"ל (לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה ז, א) אז די חכמים האבן אין אנהייב דעבאטירט צו דאס אריינשטעלן צווישן די כתבי קודש.
רב שמואל בר יהודה האט געזאגט: אסתר האט געשיקט צו די חכמים אז מען זאל עס קובע זיין פאר אלע דורות.
האבן די חכמים געענטפערט מיט דעם וועסטו אויפוואכן די קנאה ביי די פעלקער.
האט זי געשיקט איך שטיי שוין געשריבן אין דברי הימים מדי ופרס.
האט אסתר געשיקט אז מען זאל עס שרייבן פאר אלע דורות.
האבן זיי געשיקט 'הלא כתבתי לך שלישים' (משלי כב, כ) - דריי און נישט פיר (אין אנדערע ווערטער חומש, נביאים און כתובים), ביז זיי האבן געטראפן די פסוק 'כתב זאת זיכרון בספר' (שמות יז, יד), כתב זאת - שרייב וואס עס שטייט דא און אין משנה תורה. זיכרון - וואס עס שטייט אין נביאים. בספר - וואס עס שטייט אין מגילה.
ווייטער אין גמרא ווערט געברענגט שמואל'ס מיינונג אז "מגילת אסתר איז נישט געזאגט געווארן ברוח הקודש" (דאס מיינט אז עס איז געזאגט געווארן צו ליינען און נישט צו שרייבן[אויסקלארונג פארלאנגט]), קעגן די מיינונג פון די תנאים רבי אליעזר, רבי עקיבא און רבי מאיר אז די מגילה איז יא געשריבן געווארן ברוח הקודש. אין תלמוד ירושלמי שטייט: "רבי יוחנן האט געזאגט 'נביאים און כתובים וועלן בטל ווערן אין צונקופט און די פינף ספרי תורה וועלן נישט בטל ווערן אין צונקופט', רבי שמעון בן לקיש האט געזאגט 'אויך מגילת אסתר און הלכות וועלן נישט בטל ווערן אין צונקופט'"[2]. דער רמב"ם שרייבט אזוי ווי ריש לקיש: "אלע נביאים און כתובים וועלן בטל ווערן אין די צייטן פון משיח אויסער מגילת אסתר, עס ווערט גערעכענט אזוי ווי די חמשה ספרי תורה און ווי די הלכות פון תורה שבעל פה וואס ווערט קיינמאל נישט בטל"[3]. אבער אין די נושאי כלים פון רמב"ם איז מבואר אז די כוונה פונעם רמב"ם איז נישט אז עס וועט אינגאנצן בטל ווערן אזוי ווי דער ראב"ד האט פארשטאנען, נאר אז מען וועט נישט ליינען נביאים און כתובים בציבור נאר מגילת אסתר.
תרגומים
דער גריכישער איבערזעצונג, גערופן 'תרגום השבעים', לייגט צו אסאך זאכן צום מגילה. די צאל פסוקים דערין איז מער ווי די צאל אינעם אריגינעלן מיט נאנט צו א דריטל. אין די הוספות איז פארהאן אן ערציילונג אויף א חלום פון מרדכי און זיין ערשיידונג, א פולער טעקסט פון המן'ס און מרדכי'ס בריוון, און אויך א א תפילה וואס אסתר האט געדאוונט פאר זי איז אריין צום קעניג. דער סירישער תרגום, גערופן 'פשיטתא' איז א ווערטערליכער איבערזעצונג.
פארהאן צוויי אראמישע תרגומים צו די מגילה, איינס גערופן 'תרגום ראשון' אדער 'תרגום' אליין, און איינס גערופן 'תרגום שני'. ביידע גייען אויפ'ן וועג פונעם מדרש, און פארברייטן אויף די פסוקים מיט פיל דברי אגדה, ווי אז אחשורוש'ס קעניגליכער שטול איז דער כסא שלמה וואס איז גענומען געווארן פון ירושלים בשעת דעם חורבן הבית; אז אחשורוש האט געטרינקען פון די כלי המקדש; אז אחשורוש האט אין ענדע גע'הרג'עט די זיבן חכמים יודעי העתים וואס האבן אים געראָטן צו הרג'ענען ושתי. אויך אין די אראמישע תרגומים ווערט געברענגט א נוסח פון אסתר'ס תפילה. אויך ברענגען די אראמישע תרגומים א דעטאַלירטע יחוס קייט פאר מרדכי ביז בנימין בן יעקב אבינו, און פאר המן – ביז עמלק בן אליפז בן עשו הרשע.
ספרים אין תנ"ך |
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכה • עירובין |
- ↑ אבן עזרא און נאך.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ה'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה י"ח