מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
102,362
רעדאגירונגען
(←דרעפטס: ענטפער) צייכן: ענטפער |
(←דרעפטס: ענטפער) צייכן: ענטפער |
||
| שורה 39: | שורה 39: | ||
::::::און נאך אלעס, לאמיר זיך נישט נארן, א שיינע חלק פון יעדע ארטיקל איז איבערגעזעצט פון ויקיפעדיע (וואס זאל מען טון? גיין פארשן די נושא פונדאסניי? עס שטייט דאך שוין אין ויקיפעדיע, נו, לאמיר עס איבערזעצן אויף אונזער הייליגע שפראך און מיר האבן עס), און מיט דעם, אזוי ווי איר זאגט, איז נישט גענוג צו איבערזעצן, נאר מען דארף עס זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און אויף א הויכן קוואליטעט פארשטייט זיך. אבער נאך אלעם, הייבט זיך עס אן פון ויקיפעדיע. | ::::::און נאך אלעס, לאמיר זיך נישט נארן, א שיינע חלק פון יעדע ארטיקל איז איבערגעזעצט פון ויקיפעדיע (וואס זאל מען טון? גיין פארשן די נושא פונדאסניי? עס שטייט דאך שוין אין ויקיפעדיע, נו, לאמיר עס איבערזעצן אויף אונזער הייליגע שפראך און מיר האבן עס), און מיט דעם, אזוי ווי איר זאגט, איז נישט גענוג צו איבערזעצן, נאר מען דארף עס זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און אויף א הויכן קוואליטעט פארשטייט זיך. אבער נאך אלעם, הייבט זיך עס אן פון ויקיפעדיע. | ||
::::::און באמת, ס'איז דא א מעלה דווקא אין שרייבן אין דרעפט'ס, ווייל אזוי גייט עס אריבער די שבט ביקורת פון די מנטרים, און עס איז פארזיכערט אז די ארטיקל איז ראוי לבוא בשער המלך. (איך האב נישט געהאט קיינמאל קיין טענות, אויב האט איר אזוי פארשטאנען, אויף די עצם התנהלות און די ריטעם אויף וואס די מנטרים גייען. איך האב בסה"כ געוואלט וויסן מיט וואס איך קען פארגרינגערן די ארבעט פון די מנטרים, טאקע ווייל איך ווארט שוין צו זען ווי די פראיעקט ווערט געבויעט). [[באַניצער:למאי נ"מ|למאי נ"מ]] ([[באַניצער שמועס:למאי נ"מ|שמועס]]) 10:43, 1 נאוועמבער 2023 (UTC) | ::::::און באמת, ס'איז דא א מעלה דווקא אין שרייבן אין דרעפט'ס, ווייל אזוי גייט עס אריבער די שבט ביקורת פון די מנטרים, און עס איז פארזיכערט אז די ארטיקל איז ראוי לבוא בשער המלך. (איך האב נישט געהאט קיינמאל קיין טענות, אויב האט איר אזוי פארשטאנען, אויף די עצם התנהלות און די ריטעם אויף וואס די מנטרים גייען. איך האב בסה"כ געוואלט וויסן מיט וואס איך קען פארגרינגערן די ארבעט פון די מנטרים, טאקע ווייל איך ווארט שוין צו זען ווי די פראיעקט ווערט געבויעט). [[באַניצער:למאי נ"מ|למאי נ"מ]] ([[באַניצער שמועס:למאי נ"מ|שמועס]]) 10:43, 1 נאוועמבער 2023 (UTC) | ||
:::::::קודם, איך פריי זיך זייער אויף אזעלכע יסודות'דיגע הערות און איך נעם עס אינגאנצן נישט אן שלעכט. עס דאכט זיך מיר אז אלע חברים קענען עדות זאגן אז פון אנהייב פון דעם פראיעקט האב איך אלעמאל אויסגעהערט און אסאך אנגענומען אנדערע מיינונגען פון מיר; ווען נישט וואלט שוין לאנג גארנישט געווען... | |||
:::::::(אגב, מיין פלאן איז מתחילה טאקע געווען אינגאנצן נישט צו ברענגען קיין בלעטער פון וויקיפעדיע, נאר אלעס שאפן פון אלף. עס איז געווען א צווייטער וואס האט מיר איבערגעצייגט יא צו ברענגען, ויש לדון אז ס'איז נישט געווען '''אינגאנצן''' א טעות. א וויקי וואו קיין ארטיקל עקזיסטירט נישט און אלעס איז רויטלינקען איז גאר שווער צו שטעלן אויף דער פוס, און וויבאלד מ'האט עס למעשה נישט אויספרובירט קען מען נישט וויסן וועלכע מהלך וואלט געברענגט בעסערע רעזולטאטן. מעגליך אז א דרך הממוצע וואלט געווען דאס בעסטע, דהיינו ברענגען נאר געקליבענע און וויכטיגע בלעטער לויט זייער געברויך און באנוץ. בכל אופן, העבר אין; דער עיקר איז דער עתיד). | |||
:::::::לגופו של ענין, די פראגעס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן (אויף עטליכע פארמאטן און פלעצער) מער ווי איין מאל, אבער כסדר האט זיך עס געשלאסן מיט דעם אז דער צייט איז נאכנישט רייף. כ'שפיר אבער אז לעצטענס האבן מיר זיך ב"ה גאר אסאך גערוקט (אין צופאסן דעם סיסטעם, אין ערפארונג, אין גרייכן איבער 250 אייגענע ארטיקלען וואס אין זיי איבער 10 אבן הפינה, ועוד). יתכן אז עס איז טאקע געקומען דער צייט ענדגילטיג זיך אויסצושמועסן און אוועקשטעלן די ריכטליניעס און פראצעדורן. א פארזעצונג פון דעם שמועס וועט מעגליך נאכפאלגן בקרוב אי"ה. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ז חשון ה'תשפ"ד 16:51, 1 נאוועמבער 2023 (UTC) | |||
רעדאגירונגען