אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מילך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 50: שורה 50:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:חלב]]
[[he:חלב]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 09:43, 24 אקטאבער 2023

א גלאז מילך.

מילך ווערט גערופן א ווייסע פליסיגקייט, וואס געווענליך ווערט דאס ארויסגעמאלקן פון א זויג חיה א נקיבה (למשל א קו) אדער א מענטש. עס זענען פארהאנען עטליכע ערליי מילך ווי צום ביישפיל עס איז דא וואס האט מער וואסער עס איז דא וואס זענען פעטער א. א. וו. מילך אנטהאלט פראטעין, קאלציום און וויטאמין C. דער עיקר צוועק פון מילך איז צו שפייזן די ניי-געבוירענע קינדער.

נאר מענטשן טרינקען מילך אפילו ווען זיי זענען שוין ערוואקסן, און דעמאלסט טרינקען זיי מילך פון בהמות, צום ביישפיל קי און ציגן.

מען קען אויך מאכן א סארט מילך פון מאנדלען, סאי, קאקוסניס און פארשידענע ניסלעך. אפילו פון באנאנען מאכט מען מילך.

געזונט

דאס מילך פון א בהמה אנטהאלט נאטירליך פארשידענע הארמאנען וואס לויט טייל שטודיעס זענען שעדליך פאר מענטשן. דערפאר זענען פיל מענטשן אלערגיש דערצו.

מאראליש

וויבאלד כדי צו טרינקען מילך פון א באשעפעניש ברויך מען זי כסדר פארשוואנגערן און צונעמען איהר קאלב תיכף נאכן געבורט, האלטן אסאך אז עס איז אוממאראליש. אזוי אויך דעם וועג וואס מ'באהאנדלט די קי אויף די גרויסע פארמס איז זייער גרויזאם און אוממענטשליך.

מילך פראדוקטן

מען מאכט דערפון יאגורט, פוטער און קעז.

אידישקייט

אין תנ"ך

ארץ ישראל ווערט באצייכנט אין תנ"ך 21 מאל ווי "ארץ זבת חלב ודבש" - לאַנד פון מילך און האָניג, א שילדערונג וואס קומט לערנען וועגן איר רייכקייט און פרישקייט. אין דער מכילתא דרשב"י, פרק י"ג, פסוק ה' זאגט רבי אלעזר: "חלב", דאס איז דער מילך פון פרוכט, זאגט רבי עקיבא: "חלב", דאס מיינט זיכער מילך. אינעם פאַרקערטן זינען ערשיינען מילך און האָניג אין ישעיה'ס נבואה פונעם חורבן: "והיה מרב עשות חלב יאכל חמאה, כי חמאה ודבש יאכל כל הנותר בקרב הארץ" (ישעיהו, ז', כ"א–כ"ב). אין ספר יואל ערשיינט דער מילך אין א נבואה פון נחמה, "והיה ביום ההוא יטפו ההרים עסיס, והגבעות תלכנה חלב, וכל־אפיקי יהודה ילכו מים" (יואל, ד', י"ח).

עטליכע מאָל ווערט מילך געשילדערט ווי אַ פיינער עסנוואַרג:

  • אין דער שילדערונג פון דעם באזוך פון די דריי מלאכים צו אברהם ווערט דערציילט: וייקח חמאה וחלב ובן הבקר אשר עשה ויתן לפניהם והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו – און ער האָט גענומען פּוטער און מילך און דאָס קאַלב וואָס ער האָט געמאַכט, און האָט געגעבן פאַר זיי, און ער איז געשטאַנען איבער זיי אונטערן בוים, און זיי האָבן געגעסן. (ספר בראשית, פרק י"ח, פסוק ח').
  • אינעם שירת דבורה ווערט דערציילט וועגן דער באַגעגעניש פון יעל, די ווייב פון חֶבֶר הַקֵּינִי, מיט סיסרא: מים שאל, חלב נתנה; בספל אדירים הקריבה חמאה – וואסער האט ער געבעטן, מילך האט זי געגעבן; אין אַ ריזיגן גלעזל האָט זי דערלאנגט פּוטער (ספר שופטים, פרק ה', פסוק כ"ה).
  • "דבש וחלב תחת לשונך" (מגילת שיר השירים, פרק ד', פסוק י"א).

אין הלכה און מנהג

פון די מצוה וואס שטייט אין דער תורה דריי מאל: "לא תבשל גדי בחלב אמו" האבן חז"ל געלערנט, אז די קאָמבינאַציע פון ​​בשר בחלב איז אסור צו קאכן, עסן און הנאה האבן. דערפון האבן אויך ארויסגעלערנט פארשידענע מפרשים פון תנ"ך, אז עס איז פאראן א מנהג כנעני און אפילו א געצנדינעריי, אין וועלכן מען האט געקאכט א ציג אין מילך.

חז"ל האבן פארבאטן חלב עכו"ם (מילך וואס א איד איז נישט געווען דערביי ביים מעלקן) צוליב מורא אז דער גוי זאל מיט אים מישן מילך פון א נישט-כשר'ע בהמה.

שבועות איז דער מנהג צו עסן מילכיגע פראדוקטן, און טייל מענטשן טוען דאס אויך חנוכה.

חז"ל זאגן אז דאס וואס מ'מעג טרינקען מילך פון א טהור'ע בהמה און חיה איז א חידוש ווייל עס איז געמאכט פון בלוט, און מען נעמט אויך פון בהמות אן שחיטה.

ס'ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך [1] אז מילך פון א טריפה'נע בהמה איז אסור צו טרינקען.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. יורה דעה סי' פ"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!