אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יארן ב'ת"ק - ב'תקצ"ט"
ק (הגהה) |
(מוסטער) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
* '''ב'תקנ"ו''' – [[עתניאל בן קנז]] | * '''ב'תקנ"ו''' – [[עתניאל בן קנז]] | ||
* [[אלימלך]], [[מחלון וכליון]] | * [[אלימלך]], [[מחלון וכליון]] | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
שורה 30: | שורה 27: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{אידישער יארהונדערט אונטן|2500}} | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] |
רעוויזיע פון 17:48, 7 אויגוסט 2023
יארן ב'ת"ק (2500) - ב'תקצ"ט (2599) האבן זיך אנגעהויבן, לויט די אנגענומענע כראנאלאגיע וואס איז באזירט אויף סדר עולם רבה, 3285 יאר צוריק און האבן זיך געענדיגט 3186 יאר צוריק.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
ביי טייל פון די יארן דארף מען מעגליך צולייגן נאך איין צום חשבון, געוואנדן אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי הייבן זיך אן אדער ווען זיי זענען געענדיגט[1].
געשעענישן
- ב'תק"ב – יהושע בן נון ענדיגט איינטיילן ארץ ישראל פאר די שבטים. דער חשבון פון שמיטות און יובלות הייבט זיך אן פון נאך דעם יאר.
- ב'תק"ג –דער משכן גייט אריבער פון גלגל צו שילה
- ב'תקט"ז, כ"ו ניסן[2] – נפטר געווארן יהושע בן נון
- תקופת השופטים הייבט זיך אן, נאך די פטירה פון יהושע בן נון און די זקנים
- ב'תקט"ז-ב'תקכ"ד – אידן ווערן אונטערדרוקט דורך כושן רשעתים דער קעניג פון ארם נהרים. אין דער צייט זענען פארגעקומען די געשיכטעס פון פסל מיכה און פילגש בגבעה, לויט דער סדר עולם[3].
- ב'תקט"ז-ב'תקנ"ו – עתניאל בן קנז האט זיך געשטארקט איבער כושן רשעתים, און געפירט די אידן פערציג יאר
- ב'תקנ"ו-ב'תקע"ד – אידן ווערן אונטערדרוקט דורך עגלון מלך מואב. אין דער צייט איז פארגעקומען די געשיכטע פון מגילת רות, לויט דער סדר עולם[4]
- ב'תקנ"ו – אהוד בן גרא הייבט אן פירן די אידן (ביז ב'תרל"ו), און ברענגט אום עגלון מלך מואב
געבוירן
נפטר געווארן
- ב'תקט"ז – יהושע בן נון
- ב'תקט"ז – אלעזר הכהן
- ב'תקנ"ו – עתניאל בן קנז
- אלימלך, מחלון וכליון
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג
רעפערענצן
- ↑ איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ לויט מגילת תענית, פרק י"ג. פארהאן אויך מקורות וועלכע באצייכענען דעם יארצייט אום י"ח אייר, כ"ו אייר, כ"ח אייר אדער כ"ט אייר
- ↑ פרק י"ב. לויט אנדערע שיטות זענען זיי פארגעקומען שפעטער, ביי די ענדע פון תקופת השופטים.
- ↑ פרק י"ב. לויט אנדערע מקורות איז עס פארגעקומען שפעטער, זעט תוספות, נזיר כג, ב
►► | ב'ת"ק - ב'תקצ"ט | ◄◄ |