אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שאמר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏הלכות און מנהגים: פארראכטן לינק)
(בילד)
שורה 1: שורה 1:
{{פירוש נוסף|נוכחי=דער ברכה אין תפילת שחרית|אחר=דעם ספר|ראו=ברוך שאמר (ספר)}}
{{פירוש נוסף|נוכחי=דער ברכה אין תפילת שחרית|אחר=דעם ספר|ראו=ברוך שאמר (ספר)}}
[[טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg|קליין|"ברוך שאמר" ([[נוסח אשכנז]]) מיט [[ענגליש]]ע איבערזעצונג]]
'''ברוך שאמר''' איז א ברכה וואס אידן זאגן יעדן טאג ביי [[שחרית]].
'''ברוך שאמר''' איז א ברכה וואס אידן זאגן יעדן טאג ביי [[שחרית]].



רעוויזיע פון 02:08, 28 יוני 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אנדערע באדייט

פאראמעטער [ ראו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg
"ברוך שאמר" (נוסח אשכנז) מיט ענגלישע איבערזעצונג

ברוך שאמר איז א ברכה וואס אידן זאגן יעדן טאג ביי שחרית.

מקור

דער רי"ף[1], נאכדעם וואס ער ברענגט דעם גמרא[2] אז מען זאגט "פסוקי דזמרא", לייגט ער צו אז די רבנן האבן מתקן געווען צו זאגן "ברוך שאמר" פאר דעם און "ישתבח" נאכדעם. דער ספר הערוך (ערך תפל ג') דערמאנט דער ברכה "ברוך שאמר" אין נאמען פון רב משה גאון. דער טור (אורח חיים סי' נ"א) ברענגט אין נאמען פון ספר היכלות אז אין "ברוך שאמר" איז דא 87 ווערטער, און דער סימן דערצו איז: "ראשו כתם פ"ז". "ברוך שאמר" ווערט אויך דערמאנט אין זוהר (חלק ג' דף רט"ו:).

דער טורי זהב (סי' נ"א ס"ק א') ברענגט פונ'ם תולעת יעקב אין נאמען פון אור זרוע אז די אנשי כנסת הגדולה האבן עס מתקן געווען לויט א צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון הימל, וואס דארט איז געשטאנען דער שבח פון "ברוך שאמר".

הלכות און מנהגים

דער רי"ף[1] שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב "ברוך שאמר" ביז נאך "שמונה עשרה"[3].

דער טור (אורח חיים סי' נ"א) שרייבט אז מען דארף זאגן "ברוך שאמר" מיט א ניגון און א זיסקייט.

מען פירט זיך עס צו זאגן שטייענדיג[4] און מען זאל אנכאפן די צוויי פאדערשטע ציצית[5].

אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער שליח ציבור האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור[6].

לויט מנהג אשכנז זאגט מען "ברוך שאמר" בעפאר "הודו", און לויט מנהג ספרד נאך "הודו"[7].

דער נוסח פון ברוך שאמר (לויט נוסח ספרד)

ברוך שאמר והיה העולם, ברוך הוא, ברוך אומר ועושה[8], ברוך גוזר ומקיים, ברוך עושה בראשית, ברוך מרחם על הארץ, ברוך מרחם על הבריות[9], ברוך משלם שכר טוב ליראיו, ברוך חי לעד וקיים לנצח, ברוך פודה ומציל, ברוך שמו. ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, האל אב[10] הרחמן, המהולל בפה[11] עמו, משובח ומפואר בלשון חסידיו ועבדיו, ובשירי דוד עבדך[12], נהללך ה' אלקינו בשבחות ובזמירות, ונגדלך[13] ונשבחך ונפארך ונמליכך ונזכיר שמך[14] מלכנו אלקינו, יחיד חי[15] העולמים, מלך משובח ומפואר עדי עד שמו הגדול. ברוך אתה ה' מלך מהולל בתשבחות[16].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 מסכת ברכות דף כ"ג. פון די דפין פונ'ם רי"ף אין ווילנער דרוק. זעהט אויך רבינו יונה דארט (ד"ה ותקינו רבנן) אין נאמען פון רב עמרם גאון.
  2. מסכת שבת דף קי"ח:
  3. פונ'ם רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק ווערט געברענגט אז וויבאלד לויט מנהג אשכנז זאגט מען "הודו" נאך "ברוך שאמר", דעריבער טאר מען שוין נישט אויסרעדן פון "הודו" (כאטש אפילו אז מען האלט נאך בעצם בעפאר "ברוך שאמר"). איינמאל האט דער חוזה פון לובלין געזעהן ווי זיין רבי, רבי אלימלך, איז זייער טרויעריג, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס וועגן פיקוח נפש האט ער געמוזט אויסרעדן נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעהויבן "הודו" (כאטש ער האט נאך געהאלטן בעפאר "ברוך שאמר"), און צוליב דעם איז ער אזוי בצער, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין תשובה (נפתלי אלימלך ווייס, ילקוט עובדות וסיפורים (ברוקלין, ה'תש"ס), זייט נ-נא, אין נאמען פון אהל אלימלך אות רצד).
  4. רמ"א סי' נ"א סעיף ז'.
  5. מגן אברהם סי' נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל].
  6. טור סי' נ"א; שולחן ערוך סי' נ"א סעיף ה'.
  7. אין ספר בעל שם טוב על התורה (פרשת נח אות קמ"ב) ווערט געברענגט א טעם פארוואס מען פירט זיך צו זאגן "הודו" בעפאר די פסוקי דזמרא און נישט אינמיטן די פסוקי דזמרא, אבער אין די הגהות דארט (מקור מים חיים אות קל"ט) ברענגט ער אז אין סידור פון בעל שם טוב איז געשטאנען "ברוך שאמר" בעפאר "הודו" (אזוי ווי מנהג אשכנז).
  8. לויט נוסח אשכנז איז דער סדר: "ברוך עושה בראשית, ברוך אומר ועושה, ברוך גוזר ומקיים, ברוך מרחם על הארץ וכו'".
  9. טייל זאגן אז דער גר"א האט נישט גורס געווען די ווערטער "ברוך מרחם על הבריות", אבער אנדערע זאגן אז דאס איז נישט מוכרח (זעהט סידורים "אזור אליהו" און "מעדני אשר").
  10. טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט ה' הידיעה). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם משכיל'ישער בעל מדקדק יצחק סאטאנאוו אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").
  11. דער נוסח ("בפה", מיט א סגול) ווערט אראפגעברענגט אין מגן אברהם (סי' נ"א ס"ק א') אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל], און אזוי ווערט אויך געברענגט אין משנה ברורה (סי' נ"א ס"ק א'). אנדערע זאגן אז לויט דעם דיקדוק דארף מען זאגן "בפי" מיט א חיריק (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון גר"א [סידור כתב יד] און רבי וואלף היידנהיים).
  12. טייל זאגן אז די ווערטער גייען אויף ארויף: "משובח ומפואר בלשון חסידיו ועבדיו ובשירי דוד עבדך" (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון סידור הרב און דער גר"א), און טייל זאגן אז די ווערטער גייען אראפצו: "ובשירי דוד עבדך נהללך וכו'" (זעהט סידור "מעדני אשר").
  13. טייל סידורים נוסח אשכנז זענען גורס "נגדלך" אהן א ו' (למשל, סידור "מעדני אשר"), אבער אנדערע זענען גורס מיט א ו' (זעהט סידור "אזור אליהו").
  14. אין טייל סידורים נוסח אשכנז איז דער סדר: "ונזכיר שמך ונמליכך מלכנו וכו'". און אזוי איז דער נוסח פונ'ם גר"א (זעהט סידור "אזור אליהו").
  15. דער גר"א און דער מנחת אלעזר זענען גורס "חי" מיט א צירי אונטערן ח', אבער אין די אלטע סידורים איז דער ח' געווען מיט א פתח (זעהט סידור "אזור אליהו" און דרכי חיים ושלום סי' קל"ג).
  16. "בתשבחות" זאגט מען מיט א חיריק אונטערן ת' (מגן אברהם סי' נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" [פונ'ם אריז"ל]; משנה ברורה סי' נ"א ס"ק א', און אזוי האט פארראכטן רבי שבתי סופר אין זיין סידור (צווישן די יארן ה'שע"ד-ה'שע"ח). אין די אלטע סידורים פון בעפאר רבי שבתי סופר איז געשטאנען מיט א שורק אונטערן ת' (לויט סידור "אזור אליהו").