אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי טווערסקי"
קאין תקציר עריכה |
ק (←ביאגראפיע: אויסדרוק) |
||
שורה 47: | שורה 47: | ||
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס [[מגיד מישרים]] און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ [[אוקראינע]] און [[וואהלין]], און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. [[רבי שלום רוקח]] פון [[בעלזא]] האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי{{הערה|{{אוצר החכמה|2=ליקוטי תורה|3=172600|4=אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן|עמוד=14}}}}. | נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס [[מגיד מישרים]] און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ [[אוקראינע]] און [[וואהלין]], און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. [[רבי שלום רוקח]] פון [[בעלזא]] האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי{{הערה|{{אוצר החכמה|2=ליקוטי תורה|3=172600|4=אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן|עמוד=14}}}}. | ||
אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט | אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון [[רבי ישראל פון רוזשין]], וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער [[רבי אברהם פון קארסטשאוו]]), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די [[ל"ו צדיקים]], אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון [[רבי לייב שרה'ס]]{{הערה|{{אוצר החכמה|יוסף ליפשיץ|החכמה מאי"ן|198614|||עמוד=83}}}}. | ||
די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן [[הסכמה|הסכמות]] דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע. | די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן [[הסכמה|הסכמות]] דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע. | ||
ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין | ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין רבי ישראל פון רוזשין א נאמען געגעבן פאר זיין זון [[רבי מרדכי שרגא פרידמאן]] פון [[הוסיאטין]] נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון. | ||
ער איז אוועק אין [[קיעוו]]{{הערה|געוויסע שרייבן אז ער איז אוועק אין [[אנאטיווקא]]. {{אוצר ישראל|ו|301|מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל}}}} אום [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]]. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף [[אנאטיווקא]], צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין [[קלויסטער]] וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן [[בארג|בערג]] און א [[טייך]]. | ער איז אוועק אין [[קיעוו]]{{הערה|געוויסע שרייבן אז ער איז אוועק אין [[אנאטיווקא]]. {{אוצר ישראל|ו|301|מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל}}}} אום [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]]. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף [[אנאטיווקא]], צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין [[קלויסטער]] וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן [[בארג|בערג]] און א [[טייך]]. |
רעוויזיע פון 15:30, 9 מאי 2023
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
1837 (אלט: 67 בערך) כ' אייר ה'תקצ"ז קיעוו | ||||
כינוי | רבי מאטעלע טשערנאבלער | ||||
מקום קבורה | אנאטיווקא | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | טשערנאביל | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
רבי מרדכי טווערסקי, (גערופן: טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"ל – קיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און רחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.
ביאגראפיע
רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים.
אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז ער א חתן געווארן מיט חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1]. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג-תקמ"ד[1]. מיט זיין ערשטע רעבעצין האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט ער אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[2].
אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[3].
די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.
ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין רבי ישראל פון רוזשין א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.
ער איז אוועק אין קיעוו[4] אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף אנאטיווקא, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן, ממלא מקום פון טאטן אין טשערנאביל
- רבי משה פון קאריסטשאוו
- רבי יעקב ישראל פון טשערקאס
- מלכה, ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב
פון זיין צווייטע פרוי פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום פון מאקארוב
- רבי אברהם, טריסקער מגיד און מחבר פון מגן אברהם
- רבי דוד פון טאלנא, מחבר פון מגן דוד און ברכת דוד
- רבי יצחק פון סקווירא
- רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא
- חנה חיה (ה'תק"ע–ה'תרנ"ג), ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס
- שיינדיל (ה'תקפ"א–ה'תרס"א), ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין
זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.
תלמידים
צווישן זיינע תלמדים האבן זיך געציילט רבי ישראל דב פון ווילעדניק; רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין"; און רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').
ליינט מער
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע נפלאות הצדיקים, נפלאות הרב הקדוש מטשערנאביל
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אהרן דוד טווערסקי, היחס מטשרנוביל ורוזין, פרק ג'
דרויסנדע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ליקוטי תורה, פיעטרקוב תרמ"ט
- ליקוטי תורה, ירושלים תשס"א
תולדות און עובדות:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז 4521", אשכול אויף אייוועלט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:קול הלשון
'וידאו: כן' אינו ערך חוקי הרב מנשה ישראל רייזמאן, יארצייט פון רבי מרדכי פון טשערנאביל זי"ע, שיעור צו הערן אויף "קול הלשון", בהר בחוקתי תש"פ- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל
- ספר בית מרדכי, אויף הספרייה הלאומית זייטל.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן - ↑ געוויסע שרייבן אז ער איז אוועק אין אנאטיווקא. "מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ו, אויף היברובוקס
- פאראמעטער פעלערן שם שגוי
- פאראמעטער פעלערן מספר סודר שגוי ריק
- פאראמעטער פעלערן שגיאות ממספר סוגים
- פאראמעטער פעלערן סוג לא תואם
- פאראמעטער פעלערן אין מוסטער אייוועלט
- פאראמעטער פעלערן ערך מחוץ לרשימת הערכים המוצעים
- פאראמעטער פעלערן אין מוסטער קול הלשון
- טשערנאבל
- רוסישע אדמורי"ם
- מחברי ספרי חסידות
- טווערסקי פאמיליע
- אוקראינער אידן