אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשלת הקבלה"
(←הונטערגרונט: פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
| שורה 16: | שורה 16: | ||
=== ליסטעס פון די ראשי הקבלה === | === ליסטעס פון די ראשי הקבלה === | ||
די [[גאונים]] און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור [[משנה תורה]], וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן. | די [[גאונים]] און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור [[משנה תורה]], וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן. | ||
== די פארשידענע תקופות אינעם קייט == | |||
דורכאויס די דורות האבן די חכמים זיך אפגעשריבן פריוואט מסורות וואס זיי האבן מקבל געווען און הלכות וואס זיי האבן מחדש געווען, אבער זיי האבן עס נישט אפגעשריבן און פארעפנטליכט אלס ספרים, וויבאלד [[דברים שבעל פה אי אתה רשאי לכותבן|עס איז געווען אן איסור]] אפצושרייבן די תורה שבעל פה. | |||
[[רבי יהודה הנשיא]] האט מסדר די [[משניות]], דער ערשטער חיבור אויף די יסודות פון גאנץ תורה שבעל פה. במשך פון תקופת התנאים זענען אויך פארפאסט געווארן חיבורים דורך [[רבי עקיבא]] ([[מכילתא דרשב"י]]) און דורך [[רבי ישמעאל]] ([[מכילתא]]). די תלמידים פון רבי יהודה הנשיא האבן אויך צוזאמענגענומען די הלכות און מסורות פון תורה שבעל פה, ווי [[רבי חייא]] און [[רבי אושעיא]] ([[תוספתא]]) און [[בר קפרא]] ([[ברייתא]]). | |||
די פלפולים און דיסקוסיעס באזירט אויף די משניות, און די פרישע ספיקות און הלכות וועלכע זענען צוגעקומען, זענען געווארן אפגעשריבן אין די מאנומענטאלע ווערק פארפאסט דורך די אמוראים, [[תלמוד ירושלמי]] און דערנאך [[תלמוד בבלי]]. | |||
ווען עס האט זיך געענדיגט די ארבעט אויפ'ן תלמוד בבלי, האט זיך מיט דעם געשלאסן די תקופה ווען אלע אידן זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער איין צענטראלע תורה-אויטאריטעט, ווייל נאך חתימת התלמוד זענען אידן געווארן אויסגעשפרייט איבער דער וועלט און עס איז שוין נישט געווען קיין "ראש הקבלה" אין שפיץ פון אלע וואס לערנען תורה. די [[מנהג]]ים און תקנות וועלכע ווערן באנייט אין שפעטערע דורות האבן אלזא שוין נישט דעם זעלבן שטאנד ווי די וועלכע זענען אויפגעקומען דורכאויס די צייטן פונעם שלשלת הקבלה; איין בית דין קען נישט צווינגען א צווייטן בית דין אנצונעמען זייערע רייד, נאר אויף יעדן ארט פירט מען זיך לויט ווי עס לערנט דער בית דין אויף זייער ארט. | |||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
רעוויזיע פון 21:37, 8 מאי 2023
שלשלת הקבלה איז א תורה'דיגע טערמין וואס באציט זיך צו די חכמים וועלכע האבן מקבל געווען און איבערגעגעבן די תורה שבעל פה פון דור צו דור.
דער טערמין באציט זיך געווענליך צו די דורות צווישן משה רבינו און דער אמורא רב אשי, דער חותם פון תלמוד בבלי. נאך דעם דור, ווען עס איז שוין נישט געווען איין צענטראלע אויטאריטעט איבער כלל ישראל, האט זיך עטוואס געטוישט דער סדר פון איבערגעבן די מסורות פון דור צו דור.
הונטערגרונט
די תורה שבעל פה
לויט די מסורה, טיילט זיך די תורה אין צוויי חלקים: די תורה שבכתב און די תורה שבעל פה. חוץ פון די "תורה שבכתב", דער טעקסט פון די חמשה חומשי תורה וואס איז געגעבן געווארן אפגעשריבן, זענען אויך איבערגעגעבן געווארן ערקלערונגען אויף די פסוקים וועלכע זענען נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הלכות און אנדערע דעטאלן וועלכע שטייען נישט ארויס אין די פסוקים אבער פעלן אויס זיי ריכטיג צו אפלערנען און אויספירן, און אפילו הלכות וועלכע זענען נישט געבינדן צו די פסוקים נאר זיי שטייען פאר זיך אלס הלכה למשה מסיני. השי"ת האט דאס אלעס אויסגעלערנט פאר משה רבינו ביים מעמד הר סיני, און ער האט זיי ווייטער איבערגעגעבן מונדליך פאר די קומענדיגע דורות אלס "תורה שבעל פה".
די ראשי הקבלה
אין די משנה ווערט געשילדערט אין קורצן דער סדר וויאזוי די תורה שבעל פה איז אריבערגעגאנגען פון דור צו דור: ”משה קיבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע, ויהושע לזקנים, וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה” (משנה, אבות א, א). לויט ווי ערקלערט און פארברייטערט דורך די ראשונים, אין שפיץ פון דער רמב"ם, איז אין יעדן דור איבערגעגעבן געווארן די מסורות פון די תורה שבעל פה פאר איין אדער געציילטע מענטשן, פון די "ראשי חכמי ישראל" אין דור. יעדער אזא פירער, גערופן דער "ראש הקבלה", האט געהאט מיט זיך אנדערע חכמים אין זיין בית דין, ווי אויך נאך "אלפים ורבבות" תלמידים וועלכע האבן פון אים געלערנט. דער ראש הקבלה האט געהאט די אויפגאבע איבערצוגעבן די גאנצע תורה ווייטער צום קומענדיגן דור.
אין די ערשטע דורות זענען די ראשי הקבלה בעיקר געווען נביאים און שופטים, און שפעטער נשיאים און אבות בית דין, די גרעסטע תנאים און די אמוראים וועלכע האבן געדינט אלס ראשי ישיבות אין די בארימטע ישיבות אין זייער צייט, ווי סורא און פומבדיתא.
ליסטעס פון די ראשי הקבלה
די גאונים און ראשונים האבן פארפאסט ליסטעס פון די נעמען פון די חכמים פון דור נאך דור, וועלכע זענען געווען אין שטאנד פון "ראש הקבלה" אין זייער צייט. באקאנט איז די ליסטע פון דער רמב"ם אין די הקדמה צו זיין חיבור משנה תורה, וואו ער רעכנט אויס פערציג מקבלים פון משה רבינו ביז רב אשי. אין טייל אנדערע ליסטעס ווערן אויסגערעכנט נאך נעמען וועלכע ווערן נישט דערמאנט דורכ'ן רמב"ם, און פארקערט. דער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו דער גאנצער קייט פון ראשי הקבלה, לויט יעדע שיטה, וועלכע האבן אנגעהאלטן די מונדליכע מסורות ביז ווען זיי זענען געווארן אראפגעשריבן.
די פארשידענע תקופות אינעם קייט
דורכאויס די דורות האבן די חכמים זיך אפגעשריבן פריוואט מסורות וואס זיי האבן מקבל געווען און הלכות וואס זיי האבן מחדש געווען, אבער זיי האבן עס נישט אפגעשריבן און פארעפנטליכט אלס ספרים, וויבאלד עס איז געווען אן איסור אפצושרייבן די תורה שבעל פה.
רבי יהודה הנשיא האט מסדר די משניות, דער ערשטער חיבור אויף די יסודות פון גאנץ תורה שבעל פה. במשך פון תקופת התנאים זענען אויך פארפאסט געווארן חיבורים דורך רבי עקיבא (מכילתא דרשב"י) און דורך רבי ישמעאל (מכילתא). די תלמידים פון רבי יהודה הנשיא האבן אויך צוזאמענגענומען די הלכות און מסורות פון תורה שבעל פה, ווי רבי חייא און רבי אושעיא (תוספתא) און בר קפרא (ברייתא).
די פלפולים און דיסקוסיעס באזירט אויף די משניות, און די פרישע ספיקות און הלכות וועלכע זענען צוגעקומען, זענען געווארן אפגעשריבן אין די מאנומענטאלע ווערק פארפאסט דורך די אמוראים, תלמוד ירושלמי און דערנאך תלמוד בבלי.
ווען עס האט זיך געענדיגט די ארבעט אויפ'ן תלמוד בבלי, האט זיך מיט דעם געשלאסן די תקופה ווען אלע אידן זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער איין צענטראלע תורה-אויטאריטעט, ווייל נאך חתימת התלמוד זענען אידן געווארן אויסגעשפרייט איבער דער וועלט און עס איז שוין נישט געווען קיין "ראש הקבלה" אין שפיץ פון אלע וואס לערנען תורה. די מנהגים און תקנות וועלכע ווערן באנייט אין שפעטערע דורות האבן אלזא שוין נישט דעם זעלבן שטאנד ווי די וועלכע זענען אויפגעקומען דורכאויס די צייטן פונעם שלשלת הקבלה; איין בית דין קען נישט צווינגען א צווייטן בית דין אנצונעמען זייערע רייד, נאר אויף יעדן ארט פירט מען זיך לויט ווי עס לערנט דער בית דין אויף זייער ארט.