אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניס"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:ניס) |
|||
| שורה 73: | שורה 73: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ניס]] | |||
רעוויזיע פון 15:23, 20 אפריל 2023
| ||||||||||||||||||||||||||||
ניס (פראַנצויזיש: Nice) אָדער ניצאַ (דייטשיש, איטאליעניש: Nizza) איז די פינפטע מערסטע באפעלקערטע שטאָט אין פראַנקרייך, נאָך פּאַריז, מאַרסיי, ליאָן און טולוז, מיט אַ באַפעלקערונג פון 348,721. אין באדעקט אַ לאַנד שטח פון 71.92 ק"מ². דער שטאָטישער געגנט פון ניס פארשפרייט זיך ווייטער פון די אַדמיניסטראַטיווע שטאָט גרעניצן מיט אַ באַפעלקערונג פון איבער 955,000 אויף אַ שטח פון 721 ק"מ². ניס ליגט אויף דעם דרום־מזרח עק פון פראַנקרייך אויפן מיטלענדישן ים. ניס איז די צווייטע גרעסטע פראנצויזיש שטאָט אויפן מיטלענדישן בארטן.
געאגראפיע
ניס ליגט אויף דעם מיטלענדישן ים, ברעג און איז ארומגענומען מיט בערגלעך פון די אַלפּן. צוויי טייכן לויפן אדורך דער שטאט, דער פאַיאָן אין מזרח און דער מאַניאַן אין מערב; אין זומער טוען זיי זיך אויסטרוקענען.
געשיכטע
גרונט
ניס איז געגרינעט מיטן נאמען Νικαία (ניקאַיאַ) אַרום 350- דורך די גריכן פון מאַסיליאַ (מאַרסיי). די שטאָט איז אינגיכן געווארן פון די מערסטע באשעפטיגטסטע פארטן אויף דעם ליגורישן בארטן, אָבער עס האט אַ וויכטיג קאָנקורענט אין דער רוימישער שטאָט סעמענעלום, וואָס געצויגן צו עקזיסטירן ווי אַ באַזונדער שטאָט ביז דער צייט פון דער לאָמבאַרדישע אינוואזיעס. די חורבות פון סעמענעלום ליגן אין סימיעז, וואָס איז יעצט אַ דיסטריקט אין ניס.
פריע אַנטוויקלונג
אין דעם 7טן יאָרהונדערט, האט זיך ניס מיטגעטיילט אין דער גענאָעזער ליגע געשאפן דורך די שטעט פון ליגוריאַ.
ייִדישער קהל
אין ניס וואוינען עטליכע 20,000 אידן. עס זענען פאראן דריי ייִדישע שולעס אין דער שטאָט, פון חב"ד, פון דער אַלייאַנס באוועגונג, און די ציוניסטישע שולע "אור תורה".
צווילינג שטעט
ניס האט 13 שוועסטער שטעט:
- טעקע:Flag of the United States.svg מיאמי, פלאָרידע, פאראייניגטע שטאטן
- טעקע:Flag of the United States.svg היוסטן, טעקסאַס, פאראייניגטע שטאטן
- טעקע:Flag of Scotland.svg עדינבורג, סקאטלאנד
- טעקע:Flag of Italy.svg קונעאָ, איטאַליע
- טעקע:Flag of Poland.svg דאנציג, פוילן
- טעקע:Flag of the People's Republic of China.svg האַנגזשאָו, כינע
- טעקע:Flag of Canada.svg בעל, קאַנאַדע
- טעקע:Flag of Germany.svg נירנבערג, דייטשלאנד
- טעקע:Flag of Hungary.svg סעגעד, אונגאַרן
- טעקע:Flag of Russia.svg פעטערבורג, רוסלאַנד
- טעקע:Flag of Greece.svg סאלאניקא, גריכנלאנד
- טעקע:Flag of Ukraine.svg יאַלטאַ, אוקראינע
- טעקע:Flag of Israel.svg נתניה, מדינת ישראל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!