אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי משה שיק"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:דרעפטס דורך HotCat) |
ק (החלפת טקסט – " א' שבט " ב־" א' שבט ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
'''רבי משה שיק''', באקאנט אלס דער '''מהר"ם שיק''' זצ"ל (תקס"ז - א' שבט תרל"ט), איז געווען א פוסק, און רב אין [[יערגן]] און [[חוסט]]. | '''רבי משה שיק''', באקאנט אלס דער '''מהר"ם שיק''' זצ"ל (תקס"ז - [[א' שבט]] תרל"ט), איז געווען א פוסק, און רב אין [[יערגן]] און [[חוסט]]. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == |
רעוויזיע פון 20:20, 20 מערץ 2023
רבי משה שיק, באקאנט אלס דער מהר"ם שיק זצ"ל (תקס"ז - א' שבט תרל"ט), איז געווען א פוסק, און רב אין יערגן און חוסט.
ביאגראפיע
רבי משה איז געבוירן אין שטאָט ברעזווא צו רבי יוסף און רבקה שיק. אלס קינד האט רבי משה געלערנט מיט יגיעה. מ'זאגט אז ער האט נישט געהאט קיין גרויסע כשרונות, אבער אדאנק זיינע תפילות און התמדה איז ער אויסגעשטיגן. ביי די פערצן איז ער געגאנגען לערנען ביים הייליגן חתם סופר. דער חתפ סופר האט אים אין אנהייב נישט געוואלט אננעמען צוליב זיין אינגן עלטער, אבער נאכן פארהערן און זען זיין גדלות בתורה, האט ער אים אריינגענומען, און ער האט שפעטער זוכה געווען צו א קירבה ביי זיין רבי'ן און געגעסן ביי אים די שבתות במשך דריי יאר. ער האט פארשריבן יעדע דבר תורה וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן, און ער פלעגט נישט זאגן א דרשה אָן א הקדמה פונעם חתם סופר.
די רביצין שמחה לעהמאן, טאכטער פון חתם סופר, האט דערציילט אז איר טאטע האט געזוכט צו נעמען איידעמער בני עשירים כדי זיי זאלן נישט האבן דאגות פרנסה, זאגנדיג אז ער איז שוין א יחסן. אויסער דער בחור משה שיק, וואס איז אים יא געפאלן, אבער ווען ער האט אים געזאגט אז ער וויל אין נעמען און רבי משה האט געענטפערט אז ער הייסט דאך אויך משה, האט ער געזאגט, "אז דו ביסט ממקפיד, איז א סימן אז ס'איז נישט מן השמים". דער חתם סופר האט דערנאך גענומען רבי משה לעהמאן פאר די טאכטער, און איינע פון די תנאים וואס ער האט געזאגט פאר זיין זון רבי שמעון איז געווען, אז ער דער חתן זאל צולייגן א נאמען, און מ'האט אים גערופן "משה טובי'".
ביי די צוואנציג האט ער חתונה געהאט מיט גיטל, טאכטער פון זיין פעטער דער נגיד פרץ פראנקל פון האליטש, וועלכער האט אים געגעבן א נדן פון צען טויזנט שיי"ן, און דער חתן האט גלייך פארטיילט די מעשר פאר עניים. צען יאר האט דער מהר"ם שיק געלערנט און די רביצין האט זיך געזארגט פאר פרנסה. ער איז געווארן מפורסם מיט זיין לערנען און תלמידים זענען געקומען הערן פון אים שיעורים. נאך עטליכע יאר האט ער געפרעגט דער חתם סופר וואס צו טון פאר פרנסה, האט ער אים געשיקט זיין רב אין יערגן. דארט האט ער מרביץ תורה געווען און געענטפערט תשובות פאר די רבנים אין געגנט.