אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק באשעוויס זינגער"
ק (החלפת טקסט – "{{שטומף|מענטשן|אידישקייט}}" ב־"{{שטומף|אידן}}") |
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן") |
||
שורה 59: | שורה 59: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]] | [[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער | [[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע | [[קאַטעגאָריע:פוילישע אידן]] | ||
{{שטומף|אידן}} | {{שטומף|אידן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 13:03, 17 מערץ 2023
יצחק הירש באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער (21סטן נאוועמבער 1902 - 24סטן יולי 1991) איז געווען א יידישער שרייבער, געווינער פונעם נאבעל פריז אויף ליטעראטור אינעם יאָר 1978.
ער האָט געשריבן עטליכע לאַנגע ביכער, וואָס זענען דערשינען אין דער צייטונג פאָרווערטס, ווי אויך דערציילונגען פאר קינדער וועלכע זענען תיכף איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש און ניטאמאל געדרוקט געווארן אין זייער ארגינעלער פארעם.
אזוי איז אויך געווען מיט אסאך פון זיינע ביכער, וואס אפילו בשעת ער האט דאס געשריבן האט מען דאס שוין איבערגעזעצט – טיילמאל ער אליין. ער האט אבער פארט קודם אלעס געשריבן אין זיין מוטער־שפראך.
זיינע ביכער אינעם ארגינעל זענען אביסל שווער צו באקומען, זינט מ'קען עס נישט ליינען אויפן געוועב צוליעב קאַַפּי-רעכטן און זיינע יורשים האבן נישט קיין אינטערעס זיי איבערצודרוקן.
ביאגראפיע
זינגער איז געבוירן געווארן דעם 21סטן נאוועמבער 1902 אין לעאנצין, קאנגרעס פוילן. זיין פאטער איז געווען א רב אין ווארשע און אן אייניקל פון דער בארימטער נגידה טעמערל.
ער איז געווען דער יונגערער ברודער פונעם יידישיסטישן שריטפטשטעלער ישראל יהושע זינגער.
ער איז געווען א שטאלצער וועגעטאריער און אפט געשריבן אויף דער טעמע אין זיינע ביכער.
ער איז געשטאָרבן דעם 24סטן יולי 1991 אין מיאמי, פלארידא.
זיינע ביכער
יידיש
- אהרן צייטלינס עסייען
- גימפּל תּם
- די פאמיליע מושקאט
- די נאבעל רעדע, פארא שטראוס זשירו, ניו יארק, 1978
- די קליינע שוסטערלעך
- דער בעל תשובה
- דער קונצנמאכער פון לובלין
- דער קנעכט
- דער שטן אין גאריי
- דער שפיגל און אנדערע דערציילונגען, יידישע ליטעראַטור, העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, תשל"ה, תשל"ט
- ווען שלימואל איז געגאנגען קיין ווארשע
- מיין טאטנ'ס בית דין שטוב
- מעשיות פון הינטערן אויוון
- שׂונאים. געשיכטע פון אַ ליבע
ענגליש
- An Isaac Bashevis Singer Reader
- a young man in search of love, 1978
- Mazel and Shlimazel: or, The milk of a lioness, 1967
- Reaches of heaven,1980
ביכער וועגן אים און זיין לעבן
- Conversations with Isaac bashevis singer, richard burgin
- singer: an album, ilan stavans, 2004
וועבלינק
- זיין רעדע בעתן באקומען דעם נאבעל פריז: פארוואס ער שרייבט אין א טויטער שפראך
- פרייע ווערסיע פון "פון אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער"
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!