אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מתנות לאביונים"
ק (רעדאגירונג, מכלוליזאציע) |
(←מקור פון דער מצוה: רעדאגירונג) |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
דער מקור פון דער מצוה איז אין [[מגילת אסתר]], אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס [[מרדכי הצדיק]] האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג [[אחשוורוש]]:{{ציטוט|תוכן=וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ '''וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים'''.|מקור={{תנ"ך|אסתר|ט|כ|כג}}}} | דער מקור פון דער מצוה איז אין [[מגילת אסתר]], אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס [[מרדכי הצדיק]] האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג [[אחשוורוש]]:{{ציטוט|תוכן=וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ '''וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים'''.|מקור={{תנ"ך|אסתר|ט|כ|כג}}}} | ||
ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער [[יום טוב]] פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע | ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער [[יום טוב]] פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע געווינס פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט [[שושן]] און אין אלע אנדערע שטעט פון דער [[פערסישע אימפעריע|פערסישער אימפעריע]]. א יאר דערויף, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די [[סנהדרין]] קובע צו זיין דעם יום טוב פון פורים אלס א יערליכע פייערונג, אריינגערעכנט דערין די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט. אויף זייער בקשה, האבן די [[אנשי כנסת הגדולה]] טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצווה פון געבן א מתנה צום ווייניגסטנס פאר צוויי ארעמעלייט{{הערה|לויט {{ירושלמי|מגילה|א|ד}} און {{בבלי|מגילה|ב|א}}}}. | ||
== אירע הלכות == | == אירע הלכות == |
רעוויזיע פון 19:50, 31 יאנואר 2023
מתנות לאביונים איז איינע פון די מצוות פון פורים, און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, כאטש איין מתנה פאר יעדן איינעם פון זיי. איבערן שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען.
מקור פון דער מצוה
דער מקור פון דער מצוה איז אין מגילת אסתר, אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס מרדכי הצדיק האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג אחשוורוש:
וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.
ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער יום טוב פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע געווינס פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער אימפעריע. א יאר דערויף, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די סנהדרין קובע צו זיין דעם יום טוב פון פורים אלס א יערליכע פייערונג, אריינגערעכנט דערין די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט. אויף זייער בקשה, האבן די אנשי כנסת הגדולה טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצווה פון געבן א מתנה צום ווייניגסטנס פאר צוויי ארעמעלייט[1].
אירע הלכות
אין גמרא[2] ברענגט רב יוסף פון א ברייתא אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). לויט דעם פסק'נט דער רמב"ם, ווי פאלגנד:
וחייב לחלק לעניים ביום הפורים, אין פחות משני עניים; נותן לכל אחד מתנה אחת, או מעות או מיני תבשיל או מיני אוכלין, שנאמר 'ומתנות לאביונים' - שתי מתנות לשני עניים. ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים לצדקה אחרת.
—
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז
צווישן די פוסקים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש זאל געבן פאר מתנות לאביונים; א טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין פרוטה פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט, וואס די פונקטליכע סומע פון א פרוטה אין היינטיגע וואלוטעס, איז געוואנדן לויט דער ווערד פון געלט. נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדן פון זיי, א סומע געלט גענוג צו קענען קויפן דערמיט א סעודה, אין דעם איז אויך פארהאן עטליכע מיינונגען וויפיל דאס קומט אויס: דער בן איש חי שרייבט אז מען זאל געבן א סומע גענוג צו קויפן א שיעור פון דריי "כביצים" ברויט[3]. רבי שלמה זלמן אויערבאך און רבי בן ציון אבא שאול שטעלן די סומע אויף צען שקל (בערך דריי דאללער) - די ווערט פון א פאלאפל צושפייז[מקור פארלאנגט], ווידעראום הרב יוסף שלום אלישיב שטעלט די שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (א ווערד פון בערך פופצן דאללער), און ווי מער, אלס בעסער, ווייל היינט איז פופציג שקל נישט אזוי ווערד[4].
עטליכע פון די פירונגען פון דעם מצוה: מאַכן זיכער אז די געלט זאל שוין זיין ביי די אָרעמעלייט אין מאָלצייט, און זיך נישט באגענוגן מיט'ן אַריבערפירן אין באַנק, וואס ס'ווערט נוצבאר נאר אין סוף פון די טאָג. אנמערקן אז די צוויי מתנות ווערן איבערגעגעבן פאר צוויי באזונדערע ארעמעלייט, אזוי צו פעסטשטעלן אז ס'זאל נישט צוקומען צו א פאל אז נאר איין ארעמאן באקומט פון אלע מתנות לאביונים, און די צווייטער באקומט נישט.
אין פאל א מענטש האט נישט באגעגנט אן ארעמאן דורך אויס די גאנצע פורים, קען ער אפשיידן די געלט פאר מתנות לאביונים, און איבער געבן פאר א נויטבארער נאך פורים, און ער איז אויך אזוי מקיים די מצות היום.[מקור פארלאנגט]
די צייט פון די מצוה איז אין דעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים (ווי אין פאל פון פורים המשולש), איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות דעם אין טאג י"ד אדר - די טאג ווען מען ליינט די מגילה, דערוועגן דאס וואס חז"ל זאגן ”מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה”[5].
שעצונג צו די מצוה
דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז געשעצט די מערסטו פון אללע אנדערע מצוות פונעם פורים:
מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האמֵללים האלו מידמה בשכינה, שנאמר: "כִּי כֹה אָמַר רָם וְנִשָּׂא, שֹׁכֵן עַד וְקָדוֹשׁ שְׁמוֹ--מָרוֹם וְקָדוֹשׁ, אֶשְׁכּוֹן; וְאֶת-דַּכָּא, וּשְׁפַל-רוּחַ, לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים." (ישעיהו נז,טו).