אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טעות סופר)
שורה 10: שורה 10:
דער שורש פונעם ווארט "תקופה" איז מלשון "הקפה" – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריקקומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביי דער תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב פון איר גאנג, נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, ווערט עס אבער אנגערופן א "תקופה", וויבאלד עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אינעם יאר{{הערה|שם=עיבורב|{{היברובוקס|רבי אברהם בן חיא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי שער שני|כן|עמוד=95}}: {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.
דער שורש פונעם ווארט "תקופה" איז מלשון "הקפה" – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריקקומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביי דער תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב פון איר גאנג, נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, ווערט עס אבער אנגערופן א "תקופה", וויבאלד עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אינעם יאר{{הערה|שם=עיבורב|{{היברובוקס|רבי אברהם בן חיא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי שער שני|כן|עמוד=95}}: {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.


תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער [[קו המשווה]]. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער, ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג, דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער, ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes){{הערה|שם=עיבורב}}. אזוי אויך איז תקופת ניסן די צייט ווען די זון דערגרייכט אנפאנג פון [[גלגל המזלות|מזל]] טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן [[מילך וועג]], אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}}}.; תקופת תמוז איז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן; תקופת תשרי, ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים; און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ג}}}}.
תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער [[קו המשווה]]. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער, ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג, דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער, ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes){{הערה|שם=עיבורב}}. אזוי אויך איז תקופת ניסן די צייט ווען די זון דערגרייכט אנפאנג פון [[גלגל המזלות|מזל]] טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן [[מילך וועג]], אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}; תקופת תמוז איז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן; תקופת תשרי, ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים; און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ג}}}}.


די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר דער זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערעכנט דורכן צעטיילן די אומגעפערע לענג פונעם יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; '''המפרש על הרמב"ם''', הלכות קידוש החודש, [https://beta.hebrewbooks.org/rambam.aspx?sefer=3&rtype=%D7%A6%D7%95%D7%A8%D7%AA%20%D7%94%D7%93%D7%A3&hilchos=19&perek=13&halocha=11 פרק י"ג, הלכה י"א]; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.
די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר דער זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערעכנט דורכן צעטיילן די אומגעפערע לענג פונעם יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; '''המפרש על הרמב"ם''', הלכות קידוש החודש, [https://beta.hebrewbooks.org/rambam.aspx?sefer=3&rtype=%D7%A6%D7%95%D7%A8%D7%AA%20%D7%94%D7%93%D7%A3&hilchos=19&perek=13&halocha=11 פרק י"ג, הלכה י"א]; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.

רעוויזיע פון 19:51, 27 יאנואר 2023

א תקופה איז איינע פון די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינעם פון אירע ווענדפונקטן. דאס איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פונעם אידישן לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה.

אין גמרא און אין די ראשונים ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה קומט אויס. באקאנט זענען תקופת שמואל און תקופת רב אדא, וועלכע זענען צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה. די שיטות דינגען זיך אויך איבער דער פראגע ווען דער ערשטער מולד איז געווען: צי מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. דער רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט אז לויט זיינע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "אמת'ע תקופה" און פארשידענע מחברים האבן לויט דעם אויסגעארבעט די [תקופת הרמב"ם]]. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.

די תקופה האט אויך געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.

נאמען און באדייט

די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן און תמוז. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], און דער טערמין טרעפט מען אויך אין די מגילות ים המלח[2]. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צום צייט-אפשניט פון איין תקופה צו דער צווייטער, און עס ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער תקופה וואס האט עס אנגעהויבן[3].

דער שורש פונעם ווארט "תקופה" איז מלשון "הקפה" – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריקקומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביי דער תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב פון איר גאנג, נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, ווערט עס אבער אנגערופן א "תקופה", וויבאלד עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אינעם יאר[4].

תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער, ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג, דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער, ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes)[4]. אזוי אויך איז תקופת ניסן די צייט ווען די זון דערגרייכט אנפאנג פון מזל טלה[א]; תקופת תמוז איז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן; תקופת תשרי, ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים; און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי[6].

די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר דער זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערעכנט דורכן צעטיילן די אומגעפערע לענג פונעם יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"[7].

לויט די וויסנשאפטלער, טוישט זיך כסדר די לענג פונעם יאר, און איז אינעם 21'סטן יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[8]. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט: זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלץ לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלץ קורצער[9].

הלכות, אגדתא און מנהגים

ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינע פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן[10], און סוכות נאך תקופת תשרי[1]. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויט אויף די תקופה.

אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[11]; און אפילו די יחידים, וועלכע פאסטן א לענגערע צייט צוליב אן עצירת גשמים, פאסטן שוין נישט נאך תקופת ניסן[12]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[13].

עס איז פארהאן אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה[14].

די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען אז די טעג ווערן אלץ קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז דאס איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגער יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא[15].

תקופת שמואל

תקופת שמואל איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר", און די צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל[16]. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין[17], וואו עס איז מבואר אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.

די שיטה איז מלכתחילה אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, "תקופת רב אדא", וואס מען האט נישט ארויסגעגעבן פארן ברייטן המון[18].

דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין, לויט תקופת שמואל, ווערט געברענגט אין די ראשונים[19]. די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פון וועלט באשאף איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס[20]. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף[21], און טייל ראשונים האלטן אז דער שיטה גייט נאר לויט די דעה אז בתשרי נברא העולם, ווען די חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער[22].

זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסטראנאמישע באזיס צום יוליאנער קאלענדער, אזוי אז כמעט אין אלע יארן פאלן די תקופות אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"[23].

תקופת רב אדא

תקופת רב אדא איז די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די תקופות. לויט דעם שיטה זענען פארהאן גענוי 235 חדשים אין 19 זון-יארן. לויט טייל ראשונים, שטיצט זיך דערויף אונזער סדר פון עיבור יארן[24]. דאס לענג פון א יאר איז לויט דעם 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדע פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים[25].

דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט[26], און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס איז מקובל הלכה למשה מסיני[27]. דער תקופה איז אנגענומען צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'דיגע און פונקטליכע[27]; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז אויך נישט דער גענויער חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט[28]. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפארכוס[29].

די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן[30], און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישער חיבור פון יאר ד'תקפ"ד[31].

תקופת הרמב"ם

אינעם צווייטן טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק י"א און ווייטער) ברענגט דער רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק י"ג איז געווידמעט פאר דער זונ'ס פאזיציע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישער קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס דעם יאר. דער רמב"ם געבט דעם טעגליכן דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס דעם "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער וויאזוי עס צו פאררעכטן צו דעם "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע פון "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט די דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "תקופה האמיתי"[32].

דער חשבון פון דער תקופה גייט אבער פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסער פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און די מפרשי הרמב"ם האבן לויט דעם אויסגעארבעט דעם גענויעם חשבון[33].

דער רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינער מיטן צווייטן. אין רוב פעלער קען מען פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געקיילעכט די נומערן, אבער די דיפערענץ צווישן דעם נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. למעשה, אן קיין קלארע הכרעה, זענען פארהאן צוויי מהלכים וואס ווערן אנגערופן "תקופת הרמב"ם": איינע ("שיטה א'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און די צווייטע ("שיטה ב'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 10,000[34].

לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פונעם אראבישן אלבאתאני. דאס איז מיט 2 מינוט און 22 סעקונדעס קורצער פון וויפיל ס'ווערט היינט גערעכנט ביי וויסנשאפטלער. לויט שיטה ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סעקונדעס; בלויז 4 סעקונדעס לענגער ווי דאס וויסנשאפטליכע יאר[35]. רפאל הלוי פון האנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט אויסגעטראפן אן אייגענעם חשבון, פיל פינקטליכער פון דער וויסנשאפט אין זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגען וואס דער רמב"ם האט געמאכט אויף די נומערן פון אלבאתאני[36]. אין לוח דבר בעתו ווערט יעדעס יאר, זינט תשע"ג, פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.

ביי די כת פון קומראן

אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישער באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'[37]. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים[38]. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדע תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"[39].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן מילך וועג, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[5].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 סנהדרין יג, א
  2. מגילה 4Q324d
  3. ווי אין דער סוגיא אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה כא, א
  4. 4.0 4.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן חיא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי שער שני: ”ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.”

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ג'–ז'

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ג'

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש על הרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י"ג, הלכה י"א; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.
  8. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  9. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 623

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן קי"ז, סעיף א'

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן תקע"ה, סעיף ז'
  13. ברכות נט, ב
  14. רמ"א אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: יוד' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה'
  15. עבודה זרה ח, א

  16. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: אוח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, סימן קי"ז, סעיף א'
  17. עירובין נו, א
  18. שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב
  19. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד'; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ב עמוד ב
  20. ברייתא דסוד העיבור אין מסכת כותים עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ט'–ג'
  21. סמ"ג עשין מז; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א
  22. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  23. בית יוסף אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.טור, או"ח, סימן קי"ז בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג
  24. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה א'

  26. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ו'
  27. 27.0 27.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
  28. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  29. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון
  30. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
  31. איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), אסופות א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח

  32. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ג–י"א
  33. רפאל הלוי פון האנאווער, תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקינובסקי, חזון שמים, תשנ"א, זייט נה
  34. י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג
  35. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 693
  36. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 703
  37. "ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב
  38. "ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'
  39. סרך היחד