מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
ק (שווערמער האט באוועגט בלאט באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/די פיר תקופות צו באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/תקופה אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(הגהה, פארברייטערט) |
||
| שורה 4: | שורה 4: | ||
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'. | די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'. | ||
== | ==נעמען און הגדרה== | ||
די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}, א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. | |||
תקופת תשרי (הערבסט) איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז איבער דער קו המשווה, און די זון איז דאן ביי אנהייב מאזניים{{ביאור|די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}}}. תקופת טבת (ווינטער) איז די זון ביים סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה, און ביי אנהייב דלי. תקופת ניסן (פרילינג) איז דאס צווייטע מאל ווען די זון איז איבער דער קו המשווה, און די זון איז דאן ביי אנהייב טלה. תקופת תמוז (זומער) איז די זון ביים סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה און די זון איז דאן ביי אנהייב סרטן. די תקופת האמיתיות זענען אויך די קורצסטע און לענגסטע טעג (Solstices) אין יאר, און די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes). | |||
די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דוקא אייניג. די גענויע צייטן ווען די זון קומט אן צו די ווענדפונקטן זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}. | |||
די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער{{הערה|מרדכי גנוט, '''לוח דבר בעתו'' תש"ע, בני ברק, תש"ע, זייט 1375; און אין אלע נאכפאלגענדע לוחות אין יענעם קאפיטל}}. | |||
==הלכות און מנהגים== | ==הלכות און מנהגים== | ||
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט (איידער יאר ד'קי"ט), איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}} און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. | ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט (איידער יאר ד'קי"ט), איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}} און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. | ||
רעדאגירונגען