אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"

2,991 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 יאָר
שורה 25: שורה 25:
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|א}}; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה}}, איז באקאנט אלץ '''תקופת שמואל'''. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים{{הערה|{{בבלי|ברכות|סג|א}}; {{ירושלמי|סנהדרין|ה|ב}}}}, און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות{{הערה|{{בבלי|תענית|י|א}}}}. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען{{הערה|שם=שמינית|יעקב לוינגר, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.}}.

===די חשבון פאר די תקופה===
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}}}. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד{{ביאור|די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט{{הערה| רבי חיים קנייבסקי, '''שקל הקדש''', בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג}}}}:
#צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען שוין אריבער פון בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תשרי און טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
#דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, און פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר
#דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
#דערנאך, רעכענט מען:
#*פאר יעדער מחזור: 1 שעה און 485 חלקים (1080'טלעך פון א שעה)
#*פאר יעדער יאר אין די מחזור: 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים.
#*צו אלעס צוזאמען לייגט מען צו 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים,
#*דערפון רעכענט מען אראפ פאר יעדער עיבור יאר: 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
*פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
*פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
*און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוטגערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים פון שמואל.
===די יוליאנער קאלענדער===
===די יוליאנער קאלענדער===