אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"
ק (←תקופת שמואל: טעות סופר) |
ק (←די מימרא פון שמואל: טעות סופר) |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
===די מימרא פון שמואל=== | ===די מימרא פון שמואל=== | ||
אין די גמרא מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}} ווערט געברענגט א מימרא פון דער אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות: | אין די גמרא מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}} ווערט געברענגט א מימרא פון דער אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות: | ||
*תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. דער סיבה דערצו איז וויבאלד די זון איז געהאנגען געווארן אין הימל באלד אנהייב מיטוואך פון ששת ימי בראשית, דהיינו 18:00, און פון איין יאר צום | *תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. דער סיבה דערצו איז וויבאלד די זון איז געהאנגען געווארן אין הימל באלד אנהייב מיטוואך פון ששת ימי בראשית, דהיינו 18:00, און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג, ווי שפעטער ערווענט{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=לפי שהמאורות}}}}. | ||
*תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. ווי שפעטער ערווענט, איז די צייט אין טאג פון איין תקופה גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג פון צווייטן. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופת תמוז}}}}. | *תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. ווי שפעטער ערווענט, איז די צייט אין טאג פון איין תקופה גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג פון צווייטן. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופת תמוז}}}}. | ||
*תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00. | *תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00. | ||
שורה 24: | שורה 24: | ||
*איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופה}}}}. | *איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופה}}}}. | ||
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|א}}; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה}}, איז באקאנט אלץ '''תקופת שמואל'''. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים{{הערה|{{בבלי|ברכות|סג|א}}; {{ירושלמי|סנהדרין|ה|ב}}}}, און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות{{הערה|{{בבלי|תענית|י|א}}}}. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען{{הערה|שם=שמינית|יעקב לוינגר, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.}}. | דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|א}}; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה}}, איז באקאנט אלץ '''תקופת שמואל'''. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים{{הערה|{{בבלי|ברכות|סג|א}}; {{ירושלמי|סנהדרין|ה|ב}}}}, און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות{{הערה|{{בבלי|תענית|י|א}}}}. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען{{הערה|שם=שמינית|יעקב לוינגר, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.}}. | ||
===די חשבון פאר די תקופה=== | ===די חשבון פאר די תקופה=== | ||
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}}}. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד{{ביאור|די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט{{הערה| רבי חיים קנייבסקי, '''שקל הקדש''', בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג}}}}: | די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}}}. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד{{ביאור|די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט{{הערה| רבי חיים קנייבסקי, '''שקל הקדש''', בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג}}}}: |
רעוויזיע פון 18:56, 10 יאנואר 2023
די פיר תקופות זענען די די פיר סעזאנען אין די תורה'דיגע טערמינען און גדרים, און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך אן, תשרי, טבת, ניסן, תמוז. פון אן אסטראנאמישע שטאנדפוקנט דארף די תקופה אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר, אין די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען אין די קרייז פון זיין גאנג אין הימל.
אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא, היינט פארלוירן, וואס האט געהייסן אויפן נאמען פון רב אדא בר אהבה. די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט "די אמת'ע תקופה", און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די פארשידענע מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
נעמען און הגדרה
די פיר תקופות זענען די פיר סעזאנען, און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך געווענליך אן: תקופת תשרי איז הערבסט, תקופת טבת איז ווינטער, תקופת ניסן איז פרילינג און תקופת תמוז איז זומער. די טאג ווען א תקופה הייבט זיך אן ווערט אנגערופן אין די גמרא די "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[מגילה 4Q324d}}.
די תקופה דארף אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר סעזאנען. אין אסטראנאמיע זענען זיי די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען פון זיין יערליכן גאנג, און די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איינס צום צווייטן איז לאו דוקא אייניג. תקופת תשרי איז ווען דער זון דערגרייכט די אנהייב פון מזל טלה, תקופת תמוז – דער אנהייב פון מזל סרטן, תשרי – מאזניים, און טבת – גדי. די סארט תקופות זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"[2].
הלכות און מנהגים
דאס מאכן אן עיבור אין די צייטן ווען דאס נישט געטון געווארן לויט די קביעות'דיגע חשבון (איידער יאר ד'קי"ט) איז געבויט אויך די תקופות; מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן[3], און סוכות נאך תקופת תשרי[4]. אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[5], און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים[6]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[7].
עס איז דא אן אור אלטן מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי די צייט פון די תקופה[8].
תקופת שמואל
די מימרא פון שמואל
אין די גמרא מסכת עירובין[9] ווערט געברענגט א מימרא פון דער אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות:
- תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. דער סיבה דערצו איז וויבאלד די זון איז געהאנגען געווארן אין הימל באלד אנהייב מיטוואך פון ששת ימי בראשית, דהיינו 18:00, און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג, ווי שפעטער ערווענט[10].
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. ווי שפעטער ערווענט, איז די צייט אין טאג פון איין תקופה גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג פון צווייטן. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג[11].
- תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00.
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 4.5 אדער 10.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 4:30, 10:30, 16:30 אדער 22:30.
- פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג און 7.5 שעה. געדרינגן פון דער כלל איז די לענג פון די יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
- איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה[12].
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער[13], איז באקאנט אלץ תקופת שמואל. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים[14], און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות[15]. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען[16].
די חשבון פאר די תקופה
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[17]. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד[א]:
- צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען שוין אריבער פון בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תשרי און טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
- דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, און פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר
- דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
- דערנאך, רעכענט מען:
- פאר יעדער מחזור: 1 שעה און 485 חלקים (1080'טלעך פון א שעה)
- פאר יעדער יאר אין די מחזור: 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים.
- צו אלעס צוזאמען לייגט מען צו 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים,
- דערפון רעכענט מען אראפ פאר יעדער עיבור יאר: 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
- פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
- פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
- און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוטגערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים פון שמואל.
די יוליאנער קאלענדער
די פונקטליכקייט פון דער חשבון
דער חשבון איז אפיציעל אומפונקטליך; עס איז מיט בערך 11 מינוט לענגער פון וואס איז באקאנט היינט פאר ארסטראנאמער און להבדיל פון וואס די רמב"ם שרייבט אין פרק י"ב ביי די חשבונות הראיה, און מיט 82 חלקים און 28 רגעים (בערך 4.6 מינוט) לענגער ווי תקופת רב אדא, אויף וואס די מחזור פון עיבור יארן איז געבויט. דער סיבה דערצו זענען מסביר פילע ראשונים[19], איז כדי צו פארגרינגערן דאס מאכן די חשבונות פארן המון עם. זיי ברענגן דערוועגן א מימרא פון רב אדא'ס ברייתא:
תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא
— ברייתא דרב אדא בר אהבה
.
דער חזון איש[20] לייגט צו צו דעם, אז מען האט עס אזוי מקבל הלכה למשה מסיני: א פונקטליכע פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון עם – וועלכע דארפן עס האבן צו דער האנט צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[16]. רבי אברהם בן חייא הנשיא ברענגט פון "אחד מספרי הקדמונים" אז די חכמים האבן באהאלטן די פונקטליכערע חשבון (תקופת רב אדא), ווייל מכשפים וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם[21]. שמואל האט מעגליך אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג יעדעס יאר צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, אבער יענער פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן[22].
תקופת ניסן איז שוין אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) געווען מיט איבער 5 טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און מיט 4 טעג גערוקט פון וואס עס קומט אויס לויט אסטראנאמישע רעכנונגען. היות עס איז שווער צו זאגן אז מען זאל דאן אננעמען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג, האבן טייל מחדש געווען אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי. אין יענע צייטן האט די אסטראנאמישע תקופת תשרי געפאלן גענוי אינעם יום התקופה לויט שמואל.
רבי משה חיים רימיני האט געמאכט די חשבונות לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און קומט צום אויספיר אז דאס האט פאסירט אום שנת 244 למספרם, דהיינו ד' אלפים ד'. ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[23]. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע אסטראנאמיע, און געטראפן אז די אסראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס איבסל איידער שמואל'ס צייטן (נעמליך אין יאר 158, ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט אויף צו וויסן ווען צו זאגן "ותן טל ומטר" – א דין וואס ווענד זיך אויף תקופת תשרי[16].
תקופת רב אדא
תקופת רב אדא בר אהבה ווערט געברענג אין די ראשונים, בשם א ברייתא אויף זיין נאמען[24]. די חשבון פון תקופת רב אדא איז באזירט אויף די הנחה אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים. יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים. 76 תקופות לויט רב אדא, וואס זענען 19 זון יארן, קומען אויס גענוי 235 חודשים. בו השתמשו בסנהדרין
תקופת הרמב"ם
ביי די כת פון קומראן
די תקופות קומען אויס בערך ארום די אנגענומענע דאטומען פון די סעזאן אריבערגענג אין די גרעגאריאנער קאלענדער. אין די געראריאנער קאלענדער זענען די אריבער גענג די קורצסטע און לענגסטע טעג (Solstices) און די צוויי גלייכע טעג (Equinoxes): דער 21'טסע אין דעצעמבער ((Winter Solstice, דער 21'סטע אין יוני (Summer Solstice), דער 21'סטע אין מערץ (Spring Equinox) און דער 23'סטע אין סעפטעמבער (Autumnal Equinox).
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ סנהדרין יג, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א - ↑ סנהדרין יג, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: אוח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, סימן קי"ז, סעיף א' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: אוח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, סימן תקע"ה, סעיף ז' - ↑ ברכות נט, ב
- ↑ רמ"א אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: יוד' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה' - ↑ עירובין נו, א
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה לפי שהמאורות
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופת תמוז
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–א'; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה - ↑ ברכות סג, א; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ה', הלכה ב'
- ↑ תענית י, א
- ↑ 16.0 16.1 16.2 יעקב לוינגר, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד' - ↑ רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג
- ↑ שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי;
- ↑ חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק י הלכה א
- ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 272
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ג
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ב–י"א - ↑ איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, עמוד נה; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.