אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קובא"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: צופעליק ← צופעליג, ײַ ← יי) |
ק (החלפת טקסט – "אומאפהענגיקייט" ב־"אומאפהענגיגקייט") |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
| ראש מלוכה =[[ראאול קאסטרא]] | | ראש מלוכה =[[ראאול קאסטרא]] | ||
| פרעמיער מיניסטער =[[ראאול קאסטרא]] | | פרעמיער מיניסטער =[[ראאול קאסטרא]] | ||
| סואווערעניטעט = | | סואווערעניטעט = אומאפהענגיגקייט | ||
| גרינדונג געשעעניש =געווארן א רעפובליק (פון די [[פאראייניגטע שטאטן]]) | | גרינדונג געשעעניש =געווארן א רעפובליק (פון די [[פאראייניגטע שטאטן]]) | ||
| גרינדונג דאטום =20סטן מאי 1902 | | גרינדונג דאטום =20סטן מאי 1902 |
רעוויזיע פון 12:22, 1 יאנואר 2023
קובאַ Cuba | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | צפון אמעריקע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | שפאניש | ||||
הויפּטשטאָט | האוואנע | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
ראאול קאסטרא ראאול קאסטרא | ||||
אומאפהענגיגקייט - געווארן א רעפובליק (פון די פאראייניגטע שטאטן) |
20סטן מאי 1902 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
109,884 קוואַדראַט ק"מ 104 נישטיק | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
11,239,004 78 102.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | 254.865 ביליאן (55סט) | ||||
וואַלוטע | פעסא | ||||
צייט זאָנע | UTC - 5 | ||||
אינטערנעט דאָמען | cu. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 53+ |
דאס קובאַ, אפיציעל די רעפובליק פון קובא (שפּאַניש: República de Cuba) איז א קליין אינזל לאנד, וואס פארשטעלט זיך פון דעם הויפט אינדזל קובא, דער איסלא דע לא כאוווענטוד און א פאר קליינע ארכיפעלאגן. קובא איז פלאצירט אין די צפון קאראאיבן וואו דער קאראיבישער ים, דער איינגאס פון מעקסיקע און דער אטלאנטישער אקעאן קומען צוזאמען. עס איז דרום פון סיי דעם אמעריקאנישן שטאַט פלארידע און סיי די באהאמאס, מערב פון האיטי און צפון פון דזשאמייקע.
די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז האוואנע; אנדערע וויכטיגע שטעט זענען סאנטיאגא דע קובא און קאמאגע. קובא איז דאס גרעסטע אינזל אין די קאראאיבן, מיט א שטח פון 109,884 קוואדראט קילאמעטער, און דאס צווייט־מערסט באפעלקערטע נאך היספאניאלא, מיט מער ווי 11 מיליאן באוואוינער.
מען קען צוקומען פון מיאמי א וועג פון ניינציג מייל דורכן ים, אויף געוויסע ערטער.
היסטאריע
אום 28סטן אקטאבער 1492 האט קריסטאפער קאלאמבוס געלאנדעט דריי שיפן אויף דעם צפון־מזרח בארטן פון קובא. ער האט גערופן דעם אינזל "איזלא חובאנא". דער שפאנישער קאנקוויסטאדאר דיעגא וועלאסקעז האט געגרינדעט די ערשטע שפאנישע זידלונג אויפן אינזל, באראקאא, אין 1511.
קאמוניסטישע רעגירונג
ביז 2008 איז פידעל קאסטרא געווען דער פירער פון קובא. ער ווערט באטראכט ווי א טאטע און קעניג, אמאל געווען א העלדישער סאלדאט, אנפאנג איז ער געווען א רעוואלטירער ער האט געוואלט איינעמען דעם אינזל, אמעריקא האט אים זייער געשטיצט, ווען ער האט איבערגענומען דעם אינזל האט ער אויסגעדרייט דעם דאשיק און געווארן א הייסער קאמוניסט.
קובא איז פון די לענדער אין לאטיין אמעריקע וואס איז נאך קאמוניסטיש געשטימט.
דער פרעזידענט פון קובא זייט פעברואר 2008 איז זיין ברודער ראול קאסטרא.
עס איז דא אן אמעריקאנער מיליטערישע באזע וואס דינט איצט אויך אלס א תפיסה פאר טעראריסטן וואס הייסט גוואטאנאמא בעי ביים עק פון דעם קובא עס געהערט פאר די פאראייניגטע שטאטן.
אין דעצעמבער 2014, נאך דיפלאמאטישע באציאונגען צווישן קובאנישע פונקציאנארן און אמעריקאנער פונקציאנארן איינשליסנדיק דעם פרעזידענט באראק אבאמא, האט מען אויסגעפירט א בייט צווישן עלען גראס, צווי און פופציג פאליטישע ארעסטאנטן און איין אגענט פון די פאראייניגטע שטאטן קעגן באפרייען דריי קובאנישע אגענטן וואס זענען געווען אין תפיסה אין אמעריקע. אויך, כאטש דער עמבארגא צווישן די לענדער בלייבט נאך, האט מען געמאכט גרינגער צו דערלויבן א געוויסע מאס פון אימפארט און עקספארט צווישן די לענדער.
עקאנאמיע
רעסורסן
קובא'ס נאטירלעכע רעסורסן שליסן איין צוקער, טאבאק, פיש, ציטרוס פרוכטן, קאווע, באנדלעך, רייז, קארטאפל און פיך.[1] אין 2013 איז די פראדוקציע פון די ניקל מינעס אין קובא געווען 71,000 טאן, נאענט צו 4% פון דער וועלט פראדוקציע.[2] אין יענעם יאר האט מען געשאצט די רעזערוון ביי 5.5 מיליאן טאן, מער ווי 7% פון דער גארער וועלט.[2] שעריט אינטערנאציאנאל פון קאנאדע אפערירט א גרויסע ניקל מינעריי אין מאע.
אויך איז קובא א גרויסער פראדוצירער פון ראפינירטן קאבאלט, א צופעליגער פראדוקט פון ניקל-מינעריי.[3] אויל אויספארשונג אין 2005 האט אנטפלעקט אז דער צפון-קובא באסיין קען פראדוצירן 4.6 ביליאן פעסער (730,000,000 מ3) ביז 9.3 ביליאן פעסער (109×1.48 מ3)
געאגראפיע
קובא איז אן ארכיפעלאג פון אינזלען פלאצירט אינעם צפונדיקן קאראאיבישן ים ביים צוזאמענפלוס פונעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם אטלאנטישן אקעאן. ער ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 19° און 24°N, און מערידיאן־ליניעס 74° און 85°W. די פאראייניגטע שטאטן ליגן 150 קילאמעטער (93 מייל) אריבער דעם דורכגאס פון פלארידע צו צפון און צפון־מערב (צום נענטסטן שפיץ פון קי וועסט, פלארידע), און די באהאמעס 21 קילאמעטער (13 מייל) צו צפון. מעקסיקע ליגט 210 קילאמעטער (130 מייל) אריבער דעם יוקאטאן קאנאל צו מערב.
האיטי געפינט זיך 77 ק"מ מזרח פון קובא און דזשאמייקע (140 ק"מ) און די קיימאן אינזלען זענען דרום פון קובא.
די הויפט אינזל פונעם ארכיפעלאג הייסט קובא און איז ארומגענומען מיט פיר קלענערע גרופעס אינזלען. דער אינזל קובא איז לאנג 1,250 ק"מ און באשטייט פון דעם מערסטן טייל פון דעם יבשה־שטח פונעם לאנד (104,556 ק"מ2) און איז דער גרעסטער אינזל אין די קאראאיבן, און דער 17טן גרעסטער אינזל אין דער וועלט לויטן שטח. דער הויפט אינזל באשטייט מערסטנס פון פלאכע פלוינען, אחוץ פון די סיערע מייסטרא בערג אין דרום־מזרח, וואס זייער העכסטער פונקט איז פיקא טורקינא (1,974 מעטער).
קלימאט
אזוי ווי דער אינזל געפינט זיך אינגאנצן דרום פונעם ראק-קרייז, איז דער לאקאלער קלימאט טראפיש, פארמילדערט דורך צפון־מזרחדיקע ווינטן וואס בלאזן א גאנץ יאר. די טעמפעראטור ווערט אויך געענדערט דורכן קאראאיבישן שטראם, וואס ברענגט אריין ווארעם וואסער פונעם עקוואטאר. דערפאר איז דער קלימאט פון קובא ווארעמער ווי האנג קאנג, וואס איז ביי דער זעלבער גארטל ליניע ווי קובא אבער האט א סובטראפישן קלימאט ענדערשט ווי א טראפישן. אין אלגעמיין איז פאראן א טרוקענער סעזאן פון נאוועמבער ביז אפריל, און א רעגנדיקער סעזאן פון מאי ביז אקטאבער. May to October. די דורכשניטלעכע טעמפעראטור איז C° 21 אין יאנואר און C° 27 אין יולי. די ווארעמע טעמפעראטורן פונעם קאראאיבישן ים צוזאמען מיטן פאקט אז קובא ליגט אריבער דעם אריינגאנג צום איינגאס פון מעקסיקע שאפן צוזאמען אז דאס לאנד ליידט פון אפטע הוראגאנען. די דאזיגע קומען מערסטנס אין סעפטעמבער און אקטאבער.
אום 8טן סעפטעמבער 2017 האט הוראגאן אירמא געשלאגן דעם אינזל, מיט ווינטן גיך 260 קילאמעטער א שעה,[4] ביים קאמאגוע ארכיפעלאג; דער שטורעם האט דערגרייכט ציעגא דע אווילא פראווינץ ביי האלבער נאכט און האט ווייטער געהאקט קובא דעם נעקסטן טאג.[5] די גרעסטע שאדן זענען געווען אין די אינזלען צפון פונעם הויפט אינזל. שפיטעלער, מאגאזינען און פאבריקן זענען געווארן געשעדיקט; א גרויסער טייל פונעם צפון בארטן איז געבליבן אן עלעקטריע. קרוב צו א מיליאן מענטשן, כולל טוריסטן, האט מען געדארפט עוואקואירן.[6] שפעטערדיקע באריכטן האבן געוויזן אז 10 מענטשן זענען אומגעקומען בשעת דעם שטורעם, פון זיי זיבן אין דער הויפטשטאט האוואנע, בעיקר פון געביידעס וואס זענען איינגעפאלן. טייל פון דער הויפטשטאט זענען געווארן פארפלייצט. [7]
דעמאגראפיק
לויטן אפיציעלן צענזוס פון 2010 האט קובא א באפעלקערונג פון 11,241,161, וואס באשטייט פון 5,628,996 מענער און 5,612,165 ווייבער.[8] זיין געבורט ראטע איז (9.88 געבורטן א טויזנט מענטשן אין 2006)[9] איינע פון די נידעריגסטע אין דעם מערב האלבקיילעך.
שפראכן
די אפיציעלע שפראך פון קובא איז שפאניש און רובא דרובא קובאנער רעדן זי. דער דיאלעקט פון שפאניש וואס מ'רעדט אין קובא איז באקאנט ווי קובאנישע שפאניש. אויך ווערט גענציט לוקומי, א דיאלעקט פון דער מערב־אפריקאנישער שפראך יארובא ווערט געניצט ווי א רעליגיעזע שפראך פאר בעטן דורך אנהענגער פון סאנטעריע,[10] במילא נאר ווי א צווייטע שפראך .[11] האיטישער קרעאל איז די צווייטע מערסט גערעדטע שפראך אין קובא, וואס ווערט גערעדט דורך אימיגראנטן פון האיטי און זייערע אייניקלעך.[12] אנדערע שפראכן וואס אימיגראנטן רעדן זענען גאליסיש און קארסיש.[13]
רעליגיע
קובא איז אפיציעל א סעקולארע מדינה. פרייהייט אין רעליגיע איז געווארן פארגרעסערט אין די 1980ער יארן,[14] און די רעגירונג האט געענדערט די קאנסטיטוציע אין 1992 אז די מדינה איז מער נישט אפיציעל אטעאיסטיש.[15]
קאטאליציזםאיז די גרעסטע רעליגיע, דאס שטאמט פון דער שפאנישער קאלאניזאציע. אין די 1990ער יארן האט זיך א סך געוואקסן פענטעקאסטאליזם, און טייל גרופעס זאגן אז זיי האבן 100,000 מיטגלידער.
קובא האט אויך קליינע געמיינדעס פון יידן (500 אין 2012), מוסולמענער, און מיטגלידער פון דער באהאי גלויבונג.[16]
בילדונג
דער אוניווערסיטעט פון האוואנע איז געגרינדעט געווארן אין 1728, אויך זענען פאראן עטלעכע אנדערע קאלעגיעס און אוניווערסיטעטן . אין 1957, קורץ פאר קאסטרא האט איבערגענומען די הערשאפט, איז די שריפטקייט ראטע געווען פערט אין דעם געגנט, כמעט 80% לויט די פאראייניגטע פעלקער, העכער ווי אין שפאניע.[17][18] קאסטרא האט געשאפן א סיסטעם גענצלעך אפעריט נאר דורך דער מדינה און האט גע'אסר'ט פריוואטע אנשטאלטן. גייען אין דער שולע איז אבליגאטאריש פון דער עלטער פון זעקס ביז דער ענדע פון גרונטלעכער סעקונדערער בילדונג (נארמאל ביי דער עלטער פון 15). אלע סטודענטן טראגן אן איינציגע אוניפארעם. עלעמענטארע בילדונג דויערט זעקס יאר.[19] קובא'ס שריפטקייט ראטע פון 99.8 פראצענט[20][21] איז דער צענט העכסטע אין דער גארער וועלט.[22]
רעפערענצן
- ↑ "World Competitiveness Map". International Trade Centre. Archived from the original on 9טן נאוועמבער, 2013. Retrieved 9טן נאוועמבער, 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ 2.0 2.1 "Nickel" (PDF). United States Geological Survey. Retrieved 9טן נאוועמבער, 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Ivette E. Torres (1997). "The Mineral Industry of Cuba" (PDF). U.S. Geological Survey. Retrieved 6טן סעפטעמבער, 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ http://www.aljazeera.com/news/2017/09/hurricane-irma-landfall-cuba-category-5-170909040746649.html
- ↑ https://beta.theglobeandmail.com/news/world/hurricane-irma-rips-through-cuba-on-its-way-to-florida/article36221350/
- ↑ https://www.nytimes.com/2017/09/09/us/hurricane-irma-florida.html
- ↑ http://www.cnn.com/2017/09/11/americas/irma-cuba/index.html
- ↑ "ANUARIO DEMOGRAFICO DE CUBA 2010" (PDF). Oficina Nacional de Estadisticas.
- ↑ "Population, birth rate falling in Cuba: Official". The Peninsula On-line. Archived from the original on 26טן סעפטעמבער 2007. Retrieved 19טן יולי, 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help) - ↑ George Brandon (1טן מערץ, 1997). Santeria from Africa to the New World. Indiana University Press. p. 56. ISBN 978-0-253-21114-9.
{{cite book}}
: Check date values in:|date=
(help) - ↑ "Lucumi: A Language of Cuba (Ethnologue)". Retrieved 10טן מערץ, 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "Cuban Creole choir brings solace to Haiti's children", BBC News. דערגרייכט דעם 10טן מערץ, 2010.
- ↑ "Languages of Cuba". Retrieved 31סטן אקטאבער, 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Smith 1996, p. 105: "The expansion of religious liberty began more than a decade ago, for example, and Cuban citizens, by and large, are free to practice their faiths without fear of persecution."
- ↑ Domínguez 2003, p. 4.
- ↑ "Government officials visit Baha'i center". Baha'iWorldNewsService.com. June 13, 2005.
- ↑ Smith & Llorens 1998.
- ↑ "Still Stuck on Castro – How the press handled a tyrant's farewell".מוסטער:Unreliable source?
- ↑ "The Cuban Education System: Lessons and Dilemmas. Human Development Network Education. World Bank" (PDF). Retrieved 7טן נאוועמבער, 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "Cuba". The World Factbook. CIA. Retrieved 6טן אפריל, 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "unstats | Millennium Indicators". Mdgs.un.org. June 23, 2010. Retrieved November 7, 2010.
- ↑ "Latin lessons: What can we Learn from the World's most Ambitious Literacy Campaign?", The Independent (7טן נאוועמבער, 2010). דערגרייכט דעם 19טן יולי, 2013.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!