רוי:דזשאמעיקא

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:דזשאמייקע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דזשאַמייקע (ענגליש: Jamaica) איז אן אינזל לאנד אין די גרויסע אנטילן, 234 ק"מ לאנג און 80 ק"מ ברייט, מיט א שטח פון 10,990 קוואדראט ק"מ. זי איז פלאצירט אינעם קאריביאישן ים, 145 ק"מ דרום פון קובא און 191 ק"מ מערב פון היספאניאלא.

זי איז פריער געווען א שפאנישע קאלאניע מיטן נאמען סאנטיאגא, אבער אין 1655 איז זי געווארן אן ענגלישע (שפעטער, בריטישע) קאלאניע מיטן נאמן דזשאמייקע. אין 1962 איז זי געווארן אינגאנצן זעלבסטשטענדיג, א קאמאנוועלט מלוכה מיט עליזאבעט די צווייטע איר קעניגין.[1]

דזשאמייקע האט א באפעלקערונג פון 2.8 מיליאן מענטשן. די הויפטשטאט איז קינגסטאן. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.

רעליגיע

64ֵ% פון די איינוואוינער זענען קריסטן. 24,020 זענען ראסטאפארן. היינט וואוינען אין דזשאמייקע 200 אידן. די ערשטע אידן אין דזשאמייקע זענען געווען פליטים פון דער שפאנישער אינקוויזיציע אינעם 15טן יארהונדערט.

רעפערענצן

  1. "דזשאמייקע לאנד פראפיל" (May 26, 2010). דערגרייכט דעם 11 October 2010.  (ענגליש)
Terrestrial globe.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!