אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אליהו שטערנבוך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (החלפת טקסט – "”" ב־""")
שורה 17: שורה 17:
*הרב שלמה, ר"מ ישיבת באבוב ירושלים, איידעם פון הרב משה שלאס.
*הרב שלמה, ר"מ ישיבת באבוב ירושלים, איידעם פון הרב משה שלאס.
*הרב ישראל ר"מ ישיבת שערי תורה ירושלים, איידעם פון רבי ברוך לייב ראבינאוויטש, [[ביאלע (הויף)|ביאלער]] רבי פון [[לאנדאן]].
*הרב ישראל ר"מ ישיבת שערי תורה ירושלים, איידעם פון רבי ברוך לייב ראבינאוויטש, [[ביאלע (הויף)|ביאלער]] רבי פון [[לאנדאן]].
*מרת רחל, די ווייב פון רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב”ד חודרוב, זון פון רבי יהושע העשיל [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשויבער]] רבי פון [[שיקאגא]] און איידעם פון הרה"ק [[אברהם דוד הורוויץ]] אב"ד שטראסבורג און א דיין אין [[העדה החרדית|עדה החרדית]].
*מרת רחל, די ווייב פון רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב"ד חודרוב, זון פון רבי יהושע העשיל [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשויבער]] רבי פון [[שיקאגא]] און איידעם פון הרה"ק [[אברהם דוד הורוויץ]] אב"ד שטראסבורג און א דיין אין [[העדה החרדית|עדה החרדית]].
*מרת רבקה, די ווייב פון רבי שמואל יצחק בארנשטיין, [[סאכאטשאוו (הויף)|סאכאטשאווער]] רבי אין [[בית וגן]].
*מרת רבקה, די ווייב פון רבי שמואל יצחק בארנשטיין, [[סאכאטשאוו (הויף)|סאכאטשאווער]] רבי אין [[בית וגן]].
*מרת נעמי, די ווייב פון הרב אהרן אויערבאך, אן אייניקל פון רבי [[שלמה זלמן אויערבאך]].
*מרת נעמי, די ווייב פון הרב אהרן אויערבאך, אן אייניקל פון רבי [[שלמה זלמן אויערבאך]].

רעוויזיע פון 02:29, 8 דעצעמבער 2022

רבי אליהו שטערנבוך

הרב אליהו שטערנבוך (כ"ד חשון תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. ער איז א ברודער פון רבי משה שטערנבוך, ראש בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון גייטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק, און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין חנוך ערנטרוי פון לאנדאן.

ביאגראפיע

הרב אליהו איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו אשר און דבורה שטערנבוך, טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינעס, מחבר ספר "פנס שלמה" און אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי טוביה ווייס, אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אויך האט ער געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה און אין ישיבת חברון אין ירושלים. אין אלול תשט"ז האט ער געהייראט מרים (-כ"ה אייר תשע"ה), די איינציגע טאכטער פון רבי ברוך האגער, סערעטער רבי פון חיפה.

אין תשכ"ב האט מען אים באשטימט ראב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן. ער איז נפטר געווארן אין ירושלים שבת פ' פינחס, כ"א תמוז תשע"ז.

משפחה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!