אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נאגיב מאכפוז"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (החלפת טקסט – "{{ביא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|מענטשן}}")
שורה 26: שורה 26:
[[קאַטעגאָריע:נאבעל פריז]]
[[קאַטעגאָריע:נאבעל פריז]]
[[קאַטעגאָריע:קיירא]]
[[קאַטעגאָריע:קיירא]]
{{ביא-שטומף}}
{{שטומף|מענטשן}}
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 15:49, 7 דעצעמבער 2022

נאַגיב מאַכפוז

נאַגיב מאַכפוז (אַראַביש: نجيب محفوظ‎) 11טן דעצעמבער 1911 - 30סטן אויגוסט 2006) איז געווען אן עגיפטישער שרייבער וואס איז באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1988.

ער האט ארויסגעגעבן 34 ראמאנען, מער ווי 350 מעשה'לעך און פינף פּיעסעס דורכאויס א קאַריערע פון זיבעציג יאהר. פון א סאך פון זיינע ווערק האט מען געמאכט פילמען.

יונגע יארן

מאכפוז איז געבוין געווארן אין א נידריגער מיטל־קלאס מוסלעמענישער פאמיליע אין קיירא. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך פראפעסאר נאגיב פאשא מאכפוז (1882 - 1974), דער בארימטער קאפטישער דאקטער וואס האט אויפגעפאסט אויף זיין געבורט. ער איז געווען דאס זיבעטע און יונגסטע קינד אין א משפחה פון פינף אינגלעך און צוויי מיידלעך. זיין פאטער איז געווען א ציווילער-באאמטער. ער האט שטודירט פילאזאפיע אין דעם קעניג פואד אוניווערסיטעט (היינט קיירא אוניווערסיטעט) און האט גראדואירט אין 1934.

ער איז געבליבן א בחור ביז ער איז געווען אלט 43. אין 1954 האט ער געהייראט אן עגיפטישע פרוי, אטיא, וואס האט אים געבוירן צוויי טעכטער.

פאליטיק

ווען פרעזידענט אנוואר סאדאט האט געמאכט שלום מיט ישראל אין קעמפ דעיוויד, האט מאכפוז דאס שטארק געשטיצט. צוליב דעם האט מען פאַרווערט זיינע ביכער אין די אראבישע לענדער, ביז ער האט געווינען דעם נאבעל פריז.

ווערק

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!