רוי:נאגיב מאכפוז

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נאַגיב מאַכפוז

נאַגיב מאַכפוז (אַראַביש: نجيب محفوظ‎) 11טן דעצעמבער 1911 - 30סטן אויגוסט 2006) איז געווען אן עגיפטישער שרייבער וואס איז באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1988.

ער האט ארויסגעגעבן 34 ראמאנען, מער ווי 350 מעשה'לעך און פינף פּיעסעס דורכאויס א קאַריערע פון זיבעציג יאהר. פון א סאך פון זיינע ווערק האט מען געמאכט פילמס.

יונגע יארן

מאכפוז איז געבוין געווארן אין א נידריגער מיטל־קלאס מוסלעמענישער פאמיליע אין קיירא. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך פראפעסאר נאגיב פאשא מאכפוז (1882 - 1974), דער בארימטער קאפטישער דאקטער וואס האט אויפגעפאסט אויף זיין געבורט. ער איז געווען דאס זיבעטע און יונגסטע קינד אין א משפחה פון פינף אינגלעך און צוויי מיידלעך. זיין פאטער איז געווען א ציווילער-באאמטער. ער האט שטודירט פילאזאפיע אין דעם קעניג פואד אוניווערסיטעט (היינט קיירא אוניווערסיטעט) און האט גראדואירט אין 1934.

ער איז געבליבן א בחור ביז ער איז געווען אלט 43. אין 1954 האט ער געהייראט אן עגיפטישע פרוי, אטיא, וואס האט אים געבוירן צוויי טעכטער.

פאליטיק

ווען פרעזידענט אנוואר סאדאט האט געמאכט שלום מיט ישראל אין קעמפ דעיוויד, האט מאכפוז דאס שטארק געשטיצט. צוליב דעם האט מען פאַרווערט זיינע ביכער אין די אראבישע לענדער, ביז ער האט געווינען דעם נאבעל פריז.

ווערק

P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!