אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מייקל קאסטערליץ"
ק (החלפת טקסט – "{{ייד-ביא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|מענטשן|אידישקייט}}") |
ק (אוועקנעמען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
[[קאַטעגאָריע:סקאטישע מענטשן]] | [[קאַטעגאָריע:סקאטישע מענטשן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידן]] | [[קאַטעגאָריע:יידן]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 06:51, 5 דעצעמבער 2022
פעלדער | פיזיק פון קאָנדענסירטער מאַטעריע |
---|
דזש. מייקל קאָסטערליץ (ענגליש: John Michael Kosterlitz) (געב' 22סטן יוני 1943, אַבערדין) איז אַ בריטיש־אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון פיזיק אין ברוין אוניווערסיטעט, וואָס האָט באַקומען אין 2016 צוזאַמען מיט דייוויד טאַאולעס און דאַנקען האָלדיין דעם נאָבעל פּרייז פאַר פיזיק פאַר זיין אַרבעט אין דעם געביט פון פיזיק פון קאָנדענסירטער מאַטעריע. ער איז דער זון פון דעם ביאָלאָג האַנס קאָסטערליץ.
ביאָגראַפיע
קאָסטערליץ איז געבאָרן געוואָרן אין אַבערדין, שאָטלאַנד, אין אַ יידישער משפּחה פון האַנאַ גרעסהערנער און האַנס קאָסטערליץ, וואָס האָבן פאַרלאָזט דייטשלאַנד נאָכן נאַצישן איבערקער אין 1934. ער האָט שטודירט אין קעמברידזשער אוניווערסיטעט און האָט גראַדואירט פון אָקספאָרדער אוניווערסיטעט אין 1969.
קאָסטערליץ האָט געהאַט אַ ריי פּאָסטדאָק שטעלעס און האָט אַ קורצע צייט געאַרבעט אין בירמינגהעם צוזאַמען מיט דייוויד טאַאולעס. אין 1982 האָט ער באַקומען די פּאָזיציע פון אַ פּראָפעסאָר אין ברוין אוניווערסיטעט.
פאַר זיינע ביישטייערונגען האָט קאָסטערליץ באַקומען די מאַקסוועל מעדאַל (1981), דעם לאַרס אָנזאַגער פּרייז (2000) און דעם נאָבעל פּרייז (2016).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!