אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:ביבליאגראפיע"
(רעדאגירונג) |
ק (תנא קמא האט באוועגט בלאט מיוחד:הדף שלי/ביבליאגראפיע צו באַניצער:שווערמער/ביבליאגראפיע אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 01:14, 5 דעצעמבער 2022
די ביבליאגראפיע אין המכלול איז גאר א וויכטיגע זאך פאר צוויי סיבות: ערשטנס כדי נאכצוקומען איינע פון איר גרונדפרינציפן, וואס לויטערט אז יעדער זאך דערמאנט דערין מוז קענען ווערן פעשטגעשטעלט. און דאס איז באזונדער וויכטיג אין האקעלע טעמעס, ווי ביאגראפיעס איבער לעבעדיגע מענטשן. צוויטנס, כדי צוצושטעלן פארן ליינער מראה מקומות פון וואו ער וועט זיך קענען פארברייטערן אינם טעמע פון אן ארטיקל. די ארטיקלען פארציילן בלויז איבער די פונדעמעלטאלע פאקטן און געדאנקן פון אן ענין, און די איבריגע קען דער ליינער אליין נאכגיין אין די קוועלער צוגעצייכנט. כדי צו געבן המכלול אן אייניגען אויסשזעה, זענען פארהאן כללים וואו ווי אזוי צו פארצייכענען א ביבליאגראפישע מקור, געוואנדן לויט זייער נאטור און שייכות צום אינהאלט פונעם ארטיקל, וואס וועלן דא פאלגענד ווערן אויסגעשמועסט.
די ערטער וואו די מקורות ווערן צוגעצייכנט
מען דארף צוצייכנען די מקורות אין דריי פלעצער, צוגעפאסט צו זייער צוועק: אינעם קאפיטל רעפערענצן, אינעם קאפיטל צו ליינען מער, און אינעם קאפיטל וועבלינקען. דאס פלאץ | די אייגנשאפט פון די מקור, און די שייכות צום טעמע | די וועג עס צו טוען הערות | ווען אין די עצם ארטיקל ווערט ציטירט (דירעקט אדער אומדירעקט) פון א געוויסע מקור, אדער ווען עס פארלאנגט זיך א מקור פאר א באהויפטונג| מען דארף עס פארבינדן דורך הערות שוליים צום קאפיטל הע"ש צו ליינען מער | כלליות'דיע מקורות וואס באזירט אויף דעם איז א גרויס טייל פון די ארטיקל געשריבן געווארן, אדער מקורות וואס פארברייטערן די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית, און עס געפונט זיך נישט דא אויפן געוועב. | מען דארף עס דערמאנען אין די קאפיטל צו ליינען מער ביים ענדע פון אלע ארטיקלן וועבלינקען | כלליות'דיע מקורות וואס באזירט אויף דעם איז א גרויס טייל פון די ארטיקל געשריבן געווארן, אדער מקורות וואס פארברייטערן די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית און עס געפינט זיך יא אויף געוועב און מען קען דערצו פארבינדן דורך א לינק. | מען דארף עס דערמאנען אינעם קאפיטל וועבלינקען
די געבוי פון די ביבליאגראפיע אין המכלול
אין המכלול, אזוי ווי אין יעדער אנדערע חיבור, זענען דא כללים ווי אזוי צו פארצייכענען מקורות אויף אן איינשטימיגן פארמאט. אין אלגעמיין, וועט די ציטאט געשריבן ווערן אין די שפראך אין וועלכע מען קען ערהאלטן די קוואל.
- א בוך: נאמען פון שרייבער, נאמען פון בוך, ארט געדרוקט: נאמען פון מו"ל, אויפלאגע (אויב איז דא מער ווי איינס), יאר געדקורט. זייט נומער (אדער מראה מקום).
ביישפיל: אליהו ליפינער, אידעאלאגיע פון יידישן אלף בית, בואנוס אירס: ייווא, תשכ"ז. זייט 75.
- זשורנאל: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון רעדאקטאר (רעדאקטאר), נאמען פון זשורנאל, נאמען פון מו"ל, יאר געדרוקט
ביישפיל: אברהם יצחק לעוו, "די לעצטע מאָהיקאַנער", משה גראסמאן (רעדאקטאר), סאָקאָלער יזכור־בוך, תשכ"ב.
- ארטיקל אין א צייטשריפט: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון צייטשריפט נומער, נאמען פון מו"ל, יאר געדרוקט
ביישפיל: הרב ניסן גארדאן, "קנאות אויפן היים־פראָנט", דאס אידישע ווארט 6, תשי"ד
- ארטיקל אויפן אינטערנעט: נאמען פון שרייבער, נאמען פון ארטיקל (מיט א לינק צו ארטיקל), נאמען פון וועבזייטל, דאטום פובליצירט
ביישפיל: ...
- ענציקלאפעדיע ארטיקל: נאמען פון שרייבער, "נאמען פון ארטיקל", נאמען פון ענציקלאפעדיע (באנד נומער און רעלעוואנטע זייטן), נאמען פון מו"ל, פלאץ געדרוקט
שמחה פיעטרושקא, "אורים ותומים", יידישע פאלקס ענציקלאפעדיע (ערשטע באנד זייט 197-198), גלעד, ניו יארק - מאנטרעאל
- טעכנישע באריכט: נאמען פון שרייבער, נאמען פון באריכט און נומער, נאמען פון איינשטאלט וואס פובליצירט עס, דאטום פובליצירט
ביישפיל: גדי שמיר, פיזור מוקדים ומנגנוני רעידות אדמה לאורך העתקי גילבוע - כרמל, המכון הגאולוגי, 2
- תנ"ך: ספר נאמען פון ספר, פרק פלוני, פסוק פלוני
ביישפיל: ספר בראשית, פרק כב, פסוק ד
- משנית: מסכת נאמען פון מסכת, פרק פלוני, משנה פלוני
ביישפיל: מסכת קידושין, פרק י, משנה ח
- גמרא: תלומוד נאמען פון תלמוד (בבלי אדער ירושלמי), נאמען פון מסכת, דף פלוני עמוד פלוני
ביישפיל: תלמוד בבלי, מסכת ברכות, דף ח עמוד א
- יד החזקה: משנה תורה להרמב"ם, הלכות פלוני, פרק פלוני, הלכה פלוני
ביישפיל: משנה תורה להרמב"ם, הלכות ברכות, פרק ג, הלכה א
- שולחן ערוך: שולחן ערוך, נאמען פון חלק, סימן פלוני, סעיף פלוני
ביישפיל:
שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רנג, סעיף ה
עס זענען פארהאן מוסטערן
שגיאות פרמטריות במוסטער:תנ"ך
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) פעלט נאמען פון ספר.[[ {{{1}}}|{{{1}}}]] {{{2}}},
שגיאות פרמטריות במוסטער:משנה
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:משנה) פעלט נאמען פון מסכת.משנה, [[מסכת {{{1}}}|{{{1}}}]] פרק {{{2}}"},
שגיאות פרמטריות במוסטער:בבלי
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) פעלט נאמען פון מסכת.[[מסכת {{{1}}}|{{{1}}}]] {{{2}}},
שגיאות פרמטריות במוסטער:ירושלמי
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) פעלט נאמען פון מסכת.תלמוד ירושלמי, [[מסכת {{{1}}}]],
שגיאות פרמטריות במוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק {{{2}}"} און
שגיאות פרמטריות במוסטער:שלחן ערוך
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) פעלט נאמען פון חלק.שולחן ערוך, [[{{{1}}}]], סימן {{{2}}"} און ענדליכס פאר נאך עטליכע ספרי קודש, וואס ערלויבן גרינג שרייבן א מקור ווי עס דארף צו זיין, און טוט גלייך צייטיג שאפן א לינק צום ספר אינעם שיתופתא וועבזייטל.
די אויבנדערמאנטע כללים פאר תנ"ך משניות, גמרא, רמב"ם און שו"ע, זענען געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און בעיקר ווען מען ברענגט אראפט א נקודה צוויי פון דארט. אין תורה'דיגע ארטיקלען, דארף מען צומאל שרייבן אנדערש, לפי הענין. די מוסטערן געאייגנט דערפאר לאזן זיך גרינג מאדעפיצירן, וואס ערקלערט אין זייערע דאקומענטאציעס. ענדליך צום ווען מען דערמאנט ספרי קודש פון גדולי האחרונים, דארף מען צומאל אוועקגיין פון די פארשריפטן. עז קומט נישט אין באטראכט, צו ביישפיל, צו שרייבן ".
ווי אזוי צוצולייגן רעפערענצן צום ארטיקל, זעה....
ווי אזוי מען פארצייכנט די טיילן פון א ציטאט
- אין אלגעמיין שרייבט אים באלד דער טייל, מיט וואס מען קען גריגער טרעפן די קוואל. אזוי, אז טראץ מיר ווילן צומאל זיך באציען דוקא צו א געוויסן ארטיקל אין א צייטשפריט, וועט אבער די נאמען פון די צייט שריפט זיין באלד ווייל מיט דעם טרעפט מען עס גרינגער.
- נאמען פון שרייבער: ווען די שרייבער איז אומבאקאנט, שרייבט מען "אומבאקאנטער שרייבער", ווען ער איז באקאנט זאל מען שרייבן צוערשט זיין ערשטן נאמען און נאכדעם זיין לעצטע נאמען. ווען עס זענען דא עטליכע, זאל מען ביז דריי שרייבן אלע, פון דארט און העכער זאל מען שרייבן די ערשטער, און דערנאך "און אנדערע".
- נאמען פון ארויסגעבער: פון די ארויסגעבער'ס נאמען איז איינגעפירט אויסצולאזן די ווערטער "הוצאה לאור", "publishing company", אפילו עס איז טייל פון זייער אפציעלע נאמען.
- נאמען פון צייט שריפט: כאטש וואס אין פראפעסניעלע שרייבעריי איז אנגענומען צו פארצייכענען נאמען פון צייט שריפטן אין ראשי תיבות, דארף מען געדענקען אז המכלול איז געאייגנט פאר פשוטע מענטשן, און ארויס שרייבן די גאנצע נאמען קלאר. צופ ביישפיל: מען זאל נישט שרייבן JNES, נאר ארויסשרייבן Journal Of Near Eastern Studies.
- ISBN: מידיע-וויקי דערקענט די בוכשטאבן ISBN וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט 10 צי 13 ציפערן, און מאכט דערפון א לינק.
- PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזיילט.
קוועלער קוואלעטעט
נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואלעטעט. פאלגענד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף אן אראפגייענדע סדר, פון בעסטע צו שוואכסטע:
- א בוך ערויס געגעבן דורך א אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין באקאנטער אקעדעמישע אינסעטוציע. אזוי אויך א ארטיקל וואס איז ערשינען איז א אקעדעמישע זשורנאל, אדער פארעפענטליכו דוכן פארשער אויף א פארנעם אז עס איז אפן פאר ציבור (אין נישט בעל פה).
- א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשרייבן דורך איינעם מיט א הויכער טיטל אין זיין תחום, אבער האט נישט קיין אקאדעמישע אמט.
- א בוך געשריבן דורך א ציינטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט.
- אטאביאגראפיעס און זכרונות.
- ביכער געשריבן איידער די וויסנשאפט איז אנוויקלט געווארן אלץ פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק.
- צייטונגען און בלאגס: אזלעכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק.
באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט אלץ א מוקר. ד.מ. אז מען קען נישט באריכטן היימישע נייעס באזירט אויף שמועסערייען אויף אייוועלט. מען זאל ענדערש נאכקוקן די עצם מקור, ווי איידער ברענגען א באריכט וואס פארציילט דערוועגן.
- א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.
- א רעפערענץ צו אן אורטייל איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.
אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "וועבלינקען" איז יא ראטזאם צו ברענגן, אויך, א באריכט אין א צייטונג צו פארגריגערן פארן וויניגער געלערנטע ליינער. די קוואלעטעט פון די מקורות זענען נישט נוגע ווען מען רעפערירט צום זאך אליין. צום ביישפיל: אויב מען שרייבט אז א זינגער האט ארויסגעבן א סינגל, קען א לינק צו דעם סינגל דינען אלץ קראנטע מקור, כאטש וואס דער סינגעל איז היבש א שוואכער מקור לגבי די תוכן דערפון.
מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט
א רעדאגירער וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דאס וואס ער ברענגט פון דארט שטייט טאקע דארט. אויב שטעלט אויס אנדערש, און דער שרייבער האט דאס נישט נאכגעקוקט, וועט עס געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמקערונג אין די טעקסט. אים פרינציפ, גילט דאס אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס. אבער אין דעם פאל, ווען עס קומט אן שווער (ווייל די פילטער פון די אינטערנעט געבט נישט צוטריט א.ד.ג.), קען מען נאכשרייבן פון פון המכלול/וויקיפעדיע, פארלאזנדיג זיך אז די קרעדיט געשאנקען ביים ענדע בלאט דינט ווי א קלארשטעלונג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף זיי.