אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מרדכי הערש הערשקאוויטש"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
{{גרונטסארטיר:הערשקאוויטש, מרדכי הערש}} | {{גרונטסארטיר:הערשקאוויטש, מרדכי הערש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישע אקטיארן]] | [[קאַטעגאָריע:יידישע אקטיארן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 19:54, 27 נאוועמבער 2022
מרדכי הערש הערשקאוויטש איז א חרדי'שער אקטיאר און קאמיקער, וועלכער וואוינט אין וויליאמסבורג, ניו יארק. הערשקאוויטש איז באקאנט פון שפילן די קאמישע אקט ביי רוב חרדי'שע שפילן און סקיציעס. הערשקאוויטש שפילט אויך אויף קורצע פילמען פאר חרדי'שע ארגאנעזאציעס, ווי חסד דוויליאמסבורג, הצלה וויליאמסבורג, הצלה קרית יואל, משמחי לב און נאך.
הערשקאוויטש ווערט אויך גענוצט אין קורצע פילמען וועלכע אנאנסירן חרדי'שע פירמעס, געשעפטן און פראדוקטן. אום תשע"ב איז הערשקאוויטש פאטאגרעפירט געווארן אלס מאדעל פאר די חרדי'שע מענער קליידונג געשעפט דזשי & דזשי (G&G) און א סעריע פון געדרוקטע אנאנסן פראדוצירט דורך ר' שמואל שפיצטער. אין יעדען אנאנס איז הערשקאוויטש געווען געקליידעט מיט די טראגע פון פארשידענע חסידות, און האט נאכגעפאלגט מיט א דאפעלטזייטיגע אנאנס בעפאר פסח און בעפאר שבועות ווי אלע מאדעלן פון הערשקאווישט האבן זיך צוזאם געטראפן אויף איין אנאנס.
אין עטליכע היימישע קאסעטן ווי מ'וויל האבן א געזונטען קאמיקער וואס זאל אונטערהאלטן די צוהערער ווערט הערשקאוויטש אויך גענוצט, וואס מיט זיין אייגענארטיגע שפראך און צוגאנג מאכט זיכער ארויסצוציען א שמייכעל פון יעדן.
אקטיאר
שפילן
- בייגעשטאנען דעם נסיון (תשנ"ה) - פראנצויזישער קריגס מיניסטער
- דער פראגער גולם (תשנ"ו) - איוואן
- המלאך הגואל (תשנ"ז) - היינריך - ר' חאצקל
- דאס זיידענע העמעדל (תשס"ו) - פרעה
- אונטערן פענסטער - (תשס"ו) - אלטער גאווערנאר
- אונטערן שטעטל (תש"ע) - שופט
- אונטערן קעניגרייך (תשע"א) ראפקי
- אונטערן אויווען (תשע"ב) - פאבלא
- אונטערן שריפט (תשע"ד) ר' עוזר
- אונטערן רוקן (תשע"ו) שמעיה
- אונטערן שווערד (תשע"ח) חנן
- אונטערן שטוהל (תשע"ט) ברוטאס
- איבערן בילד (תש"פ) ראסטוי
- איבערן קעניגרייך (תשפ"א) האמזא
- אונטערמישן (תשפ"א)
- צווישן רויבער (תשע"ט) מנחם בער
פילמען
- 3 Wanna Bees - הצלה ד'וויליאמסבורג (תשס"ד)
- הצלה קרית יואל (תשס"ה)
- שלי'מזל (תשס"ז)
- חסד תשס"ט
- חסד תש"ע
- חסד תשע"א
- נשמה פלאם די. ווי. די. (תש"ע)
- RCCS (תשע"ב)
- הצלה - 2012 (תשע"ב)
רעקארדירונג
- א בליק אויף חנוכה (תש"ע)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!