פרשת שלח

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון שלח לך)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg שלח Arrow l.svg
פסוקים במדבר יג, א - טו, מא
צאל פסוקים 119 (21'סטע)
צאל ווערטער 1540 (27'סטע)
צאל אותיות 5820 (27'טע)
אינהאלט חטא המרגלים; נסכים; הפרשת חלה; קרבן חטאת; מקושש און מצוות ציצית
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (2)  לא תעשה (1)
אפשיידן חלה פאר'ן כהן; לייגן ציצית אויף א פיר-עקיגע קלייד נאכגיין די גלוסטענישן פון הארץ און אויגן
הפטורה
יהושע ב, א–כד
די מרגלים און געהענגל טרויבן (האָלץ שניצונג פון 1670 Jollain Gerard)

פרשת שְׁלַח (אדער שְׁלַח לְךָ) איז די פערטע סדרה פון ספר במדבר, און די 37'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ג, פסוק א', ביז קאַפּיטל ט"ו, פסוק מ"א, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 119 פסוקים און צען פרשיות - זיבן פתוחות און דריי סתומות.

די פרשה באציט זיך בעיקר צו דער געשיכטע פונעם חטא המרגלים און אירע נאכפאלגן. דאן ווערן אויסגערעכנט א רייע דינים: נסכים; הפרשת חלה; קרבן חטאת פון א ציבור און א יחיד; די געשיכטע פונעם מקושש; און מצות ציצית.

פרשת שלח ווערט געליינט צווישן די דאטומען ט"ז און כ"ח סיון.

פרשה אינהאלט

די מרגלים ווייזן די פרוכט פון כנען (מאלעריי פון די 1728 Figures de la Bible)

די פרשה שילדערט געשעענישן וואס זענען פארגעקומען אין דער צווייטער יאר צו יציאת מצרים, איבערהויפט די געשיכטע פון די מרגלים און אירע נאכפאלגן, וואס איז די לעצטע געשיכטע אין מדבר וואס איר פאסירונג-דאטום ווערט אנגעגעבן אין דער תורה ביז די געשעענישן פון דער פערציגסטער יאר פון יציאת מצרים - די לעצטע יאר אין מדבר, וועלכע ווערן געשילדערט אין פרשת חקת.

חטא המרגלים

מיט דער גוטהייסונג פון אויבערשטן האט משה געשיקט די נשיאים פון די שבטים אלס "מרגלים" - שפיאנען, צו אויסשפיאנירן ארץ כנען וועלכע ווערט געגעבן פאר די אידן, זען אירע שטארקייטן און שוואכקייטן, און אהיימברענגען פון אירע פרוכט. די מרגלים זענען ארויף פון דרום צפון-צו; דורכאויס זייער רייזע האבן זיי אנגעטראפן אין חברון די ריזן, אחימן, שֵׁשַׁי, און תלמי. אין נחל אשכול האבן זיי אפגעשניטן א געהענגל טרויבן, מילגרוימען און פייגן. נאך פערציג טעג האבן זיי זיך אומגעקערט קיין מדבר פארן צו משה, אהרן און די אידן, זיי געצייגט די אומגעווענליך גרויסע פרוכט פונעם לאנד, און דערציילט: "מיר זענען געקומען צום לאנד וואו איר האט אונז געשיקט, און עס איז טאקע אן "ארץ זבת חלב ודבש", אבער, דאס ארטיגע פאלק איז שטארק און באפעסטיגט, און מיר האבן געזען דארט די ריזן, און פארשידענע פעלקער זענען באזעצט דארט." כלב בן יפונה האט זיי איבערגעהאקט שרייענדיג אז מיר וועלן אהין ארויפגיין און זיי בייקומען, ווען די איבריגע מרגלים האבן צוריק גע'טענה'ט אז עס איז אוממעגליך וויבאלד די ארטיגע פעלקער זענען שטערקער, און ווייטער בארעדט דאס לאנד פאר די אידן[1].

די אידן האבן געהויבן א וויי-געשריי און געוויינט א גאנצע נאכט, זיך באקלאגנדיג אויף משה און אהרן זאגנדיג אז זיי וואלטן ליבערשט געוואלט שטארבן אין מצרים אדער אין מדבר, ווי איידער גיין צו אזא לאנד צו פאלן דארט מיט די ווייבער און קינדער. משה און אהרן זענען געפאלן אויף זייער פנים פאר כלל ישראל, בשעת כלב און יהושע בן נון האבן זיך געריסן קריעה, און פרובירט צו איבערצייגן די אידן אז דאס לאנד איז יא גוט, און אז דער באשעפער וויל, וועלן מיר עס באקומען, אבער דאס פאלק האט זיי געוואלט פארשטיינערן דערפאר.

גאט האט געזאגט צו משה אז ער וועט הרג'ענען די פאלק וואס דערצערנט און גלייבט נישט אין אים נאך די אלע נסים וואס ער האט געטון פאר זיי, און מאכן משה פאר א גרויס פאלק. משה האט זיך איינגעבעטן פאר די אידנ'ס וועגן, און השי"ת איז איינגעגאנגען: "וַיֹּאמֶר ה' סָלַחְתִּי כִּדְבָרֶךָ," אבער געשוואוירן אז די אלע וואס האבן זיך באקלאגט וועלן אויסשטארבן אין מדבר און נישט אנקומען צום לאנד, נאר זייערע קינדער וועלן עס ירש'ענען - אויסער כלב און יהושע וואס האבן זיך געהאלטן געטריי. די צען מרגלים וואס האבן בארעדט דאס לאנד זענען באלד געשטארבן אין א מגיפה, און משה האט איבערגעגעבן די רייד פונעם אויבערשטן פאר די אידן, וואס האבן שטארק געטרויערט דערויף.

דעם קומענדיגן טאג האבן די אידן אויסגעשריגן אז זיי האבן געזינדיגט און זיי ווילן ארויפגיין צום לאנד. משה האט זיי אנגעזאגט נישט צו גיין אן רשות פון אויבערשטן, אבער טייל - די "מעפילים" - זענען ארויפגעגאנגען און זענען דער'הרג'עט געווארן דורך די עמלקים און כנענים[2].

נסכים, חלה און חטאת

דאן זענען די אידן אנגעזאגט געווארן צו ברענגען אינאיינעם מיט די קרבנות נסכים, וואס באשטייט פון א מנחה צוזאמגעשטעלט פון זעמל מעל מיט אויל, און וויין. פאר א קרבן פון שאף און ציגן - איין עשרון זעמל מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין; פאר א ווידער - צוויי עשרונים זעמל מעל, א דריטל הין אויל, און א דריטל הין וויין; פאר שטירן און קעלבלעך - דריי עשרונים זעמל מעל, א האלבע הין אויל, און א האלבע הין וויין[3].

דערנאך האט גאט באפוילן די אידן אז ביים אנקומען קיין ארץ ישראל זאל מען אפשיידן חלה - די ערשטע טייג, פאר'ן כהן. דאן ווערט דערמאנט די דינים פון חטאות; אויב בית דין האט געגרייזט און דערמיט פארזינדיגט דאס פאלק ברענגט מען א פר העלם דבר של ציבור, און אז א מענטש זינדיגט פריוואט ברענגט ער א קרבן יחיד[4].

מקושש און מצות ציצית

וְנָתְנוּ עַל צִיצִת הַכָּנָף פְּתִיל תְּכֵלֶת: א טלית מיט תכלת-ציצית

די אידן האבן געטראפן אין מדבר א מענטש וואס איז מחלל שבת מיט'ן איינזאמלען העלצער - מקושש עצים, אום שבת[5]. ווען מען האט אים געברענגט פאר משה און אהרן, האבן זיי אים געשטעלט אין ארעסט ביז עס ווערט קלאר וואס זיין דין איז. גאט באפוילן משה מען זאל אים פארשטיינערן, און מען האט אים ארויסגעפירט אינדרויסן פון מחנה וואו דאס פאלק האט אויסגעפירט דעם פסק[6].

דאן האט השי"ת באפוילן איבער די מצוה פון ציצית, צו לייגן ביי די ווינקלען פון פיר-עקיגע קליידער פעדעמער, און א פאדעם פון תכלת, וואס דערמיט זאל מען געדענקען די מצוות פון גאט, און נישט נאכגיין די גלוסטענישן פון הארץ און די אויגן[7]. די פרשה פון ציצית איז פון די דריי פרשיות פון קריאת שמע, וואס ווערט געליינט ביי שחרית און מעריב.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[8] זענען פארהאן דריי מצוות אין דער פרשה, צוויי עשין און איין לאו:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה אפשיידן חלה פאר'ן כהן רֵאשִׁית עֲרִסֹתֵכֶם חַלָּה תָּרִימוּ תְרוּמָה (טו, כ) ניין (מה"ת) יעדער
2 עשה לייגן ציצית וְעָשׂוּ לָהֶם צִיצִת (טו, לח) יא מענער
3 לאו נישט נאכגיין די גלוסטענישן פון די הארץ און אויגן וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם (טו, לט) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

הפטורה

דאס אנטלויף פון די שפיאנען וועלכע יהושע האט געשיקט, דורך דער פענסטער פון רחב'ס הויז (וואַסערקאָליר אַרום 1896–1902 דורך דזשעימס טיסאט)

מען ליינט די הפטורה אין ספר יהושע, קאַפּיטל ב', פסוקים א'–כ"ד (און ביי די ראָמאַניאטן ביז פסוק כ"א). אין די הפטורה ווערט געשילדערט די געשיכטע מיט די "מרגלים" וואס יהושע האט געשיקט שפיאנירן אויף יריחו.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת שלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. קאַפּיטל י"ג.
  2. קאַפּיטל י"ד.
  3. טו, א–טז.
  4. טו, יז–לא.
  5. זע שבת צו, א א מחלוקת אמוראים וועלכע מלאכה עס איז געווען.
  6. טו, לב–לו.
  7. טו, לב–לו.
  8. ספר החינוך, מצוות שפהשפז.