רוי שמועס:נייע צייט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

טיטל

נייע צייט איז נישט א טיטל באנוצט ביים היימישן עולם, אפשר קען מען עס טוישן אויף "מאדערנע תקופה" וכדומה? רושם רשימות (שמועס) 17:10, 14 אויגוסט 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מאדערנע עפאכע? מאדערנע היסטאריע? —תנא קמא 📖 💬 17:56, 14 אויגוסט 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס איז די פינאנדערשייד פון ניו עידזש? רושם רשימות (שמועס) 18:47, 14 אויגוסט 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך בין נישט זייער באהאוונט, אבער אונזער ארטיקל באציט זיך (ליין: וויל זיך באציען) צו די מעריב'דיגע עפאכע פון די לעצטע איבער פינף הונדערט יאר. ניו עידזש איז עפעס א צעדרייטע מהלך- און השקפת-החיים וואס האט זיך פארשפרייט די לעצטע פופציג יאר. טא, די רעדע איז פון צוויי גאר אנדערע זאכן. די "ארטיקלען" זענען געשריבן געווארן קוקט אויס דורך איינער וואס ווייסט נישט וואס פליעט, און ער האט געמאכט א קוגל פון די צוויי. —תנא קמא 📖 💬 22:17, 14 אויגוסט 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
"מאדערנע עפאכע" איז לכאורה די ריכטיגסטע.
("מאדערנע היסטאריע" ווערט אפט געניצט פאר מאדערנע - מעגליך רעוויזיאניסטישע וכדו' - היסטאריעס פון אלערליי עפאכעס). — צמא לדעתשמועס • כ"ח אב ה'תשפ"ד 08:45, 1 סעפטעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]