רוי:רפאל האלפערן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Halperin-1-.jpg

רפאל האלפערן (תרפ"ד, ווין - כ' אב, תשע"א) איז געווען א ישראלישער ביזנעסמאן, א בעל תשובה וואס איז געווען א פראפעסיאנעלער ראַנגלער, ספארטלער, אונטערנעמער, פילאנטראפ, פארשער, שרייבער, און א חרדישער ציבור אקטיוויסט.

ער איז געבוירן א פרומער און דערנאך געווארן אפגעפארן.

אין די 1970ער יארן האט האלפערן שטודירט קאראטע און פארשידענע קאמפקונסטן אין ווייטן מזרח, און ספעציעל אין יאפאן, וואו ער האט באקומען די ראנג פון דאן 5. אין דער יום-כיפור מלחמה האט ער געמאכט הונדערטער קאראטע פארשטעלונגען פאר זעלנער און דעמאָנסטרירט זיין שטאַרקייט דורך ברעכן הויפן ציגל.

זיין פאטער יעקב האלפערן האט געבויט זכרון מאיר אין בני ברק און איז געווען נאנט צום חזון איש.

ער איז א גרויסער ביזנעסמאן מיט צענדליגע אפטיק געשעפטן אין ארץ ישראל.

ער איז אמאל געלאפן פאר בירגערמייסטער פון תל אביב.

ער האט ארויסגעגעבן א כשרע ענציקלאפעדיע "אנציקלופדיה לבית ישראל" ("ענציקלאפעדיע פאר א אידישע שטוב") וואס האלט שוין ביי 150 טויזנט ארטיקלען.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א בוך איבער זיינע יארן וואס ער האט זיך פארנומען מיט קערפער געבוי.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א בוך איבערן חזון איש, א ביך איבער דער ייחוס פון רבנים, מיטן נאמען "אטלאס עץ החיים" (16 בענדער), און דריי בענדער אויף דאס לעבן און שאפן פון רש"י.

ער האט אויך געעפנט עטליכע ספארטזאלן.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!