רוי:קאראטע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאראטע (יאפאניש: 空手道) איז א מין סארט קאמפקונסט שלאג סיסטעם וואס האט אנטוויקלט אינעם ריוקיו קעניגרייך, היינט אקינאווא. היינט איז קאראטע בעיקר א שלאג־קונסט מיט זעצן, קאפען, עליבויגן שמייסן, קני שמייסן, און אפענע־האנט טעכניקן ווי מעסער־הענט.

אין קאראטע לערנט מען מעטאדן און טעכניקעס צו רוקן זיך גאר פלינק די אברים און מען שטעלט זיך אין א פאזיציע צו ווערן ווי ווייניגער געשלאגן און אז די שלעק וואס מען געבט יענעם זאל גיין אין די ריכטיקע שנעלקייט און ריכטיקע פלעצער.

היסטאריע

גיטשין פונאקאטשי, א שולע־לערער פונעם אינזל אקינאווא, האט איינגעפירט קאראטע צו דער יבשה פון יאפאן אין די אנהייב 1900ער יארן. אין 1922 האט דער יאפאנער בילדונגס־מיניסטעריום פארבעטן אים קיין טאקיא צו דעמאנסטרירן קאראטע.

נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה האט די פאראנייגטע שטאטן אויפגעשטעלט א מיליטער־באזע אין אקינאווא און קאראטע איז געווארן פאפולער ביי די אמעריקאנער זעלנער דארטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!