רוי:רבי שמעון מארילעס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי שמעון מארילעס זצ"ל (ה'תקי"ט - ט"ו תשרי ה'תר"י), פון יעראסלאוו. באקאנט אלס רבי שמעון יעראסלאווער.
אפשטאם
רבי שמעון איז געבוירן אין יאר ה'תקי"ט, צו זיין פאטער הרב ישראל לייב (איילבוים) ליקאווער, פון יאזעפאף, א זון פון הרב יעקב קאפל ליקאווער, פון ליקאוו.
- רבי יעקב קאפל ליקאווער איז געווען דער אייגינטימער פון א גאסטהויז און א קרעטשמע אין ליקאוו לעבן טארניגראד, און נאך פארשידענע גרויסע פארמעגן וואס האט זיך געפירט דורך אנדערע, און ער אליין איז געזעצן פארזיך און געהארעוועט טאג און נאכט אין לערנען. דעם בעש"ט איז נישט געלונגען נאך פארשידענע באמיהונגען רבי יעקב קאפל'ן צוציען צו חסידות. אין דער פאמיליע ווייס מען צו דערציילן אז מען האט אים פארגעשלאגן פארשידענע רבנות שטעלעס און ער זיי אלע אפגעזאגט, צווישן זיי אויך דאס רבנות אין אמסטערדאם. רבי יעקב קאפל איז נפטר געווארן ט"ו אדר ה'תקכ"ט.
רבנות
נאך זיין חתונה האט רבי שמעון געוואוינט לעבן זיין שווער אין יעראסלאוו.
הסתלקות
רבי שמעון איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג סוכות ה'תר"י.
פאמיליע
רבי שמעון האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון א גביר אין יעראסלאוו. זייערע קינדער:
- הרב יצחק מארילעס (ה'תקע"ה (אומגעפער) - ה'תרנ"ב(אומגעפער) ), ממלא מקום פון שווער, רב אין ראפשיץ.
- הרב נפתלי מארילעס
- די ווייב פון הרב יהושע לאם
- מרת שיינדל רייזל די ווייב פון הרב קהת היילפרין
- די ווייב פון הרב יהודה לייביש חעלעמער פון ווארשא
- די ווייב פון הרב אליהו צבי וועבער רב אין ברעזאוו.
- די ווייב פון הרב מרדכי העלער פון בראדשין.
- מרת פריידא די ווייב פון הרב צבי וואהרמאן, א זון פון הרב אברהם דוד וואהרמאן רב אין בוטשאטש.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!