רוי:רבי פנחס מנחם אלעזר יוסטמאן
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי פּנחס מנחם אלעזר ב"ר בנימין אליעזר יוסטמאן, דעם חידושי הרי"מ'ס איידעם איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ט. ער איז ערצויגן געווארן ביי זיין זיידן, דעם "חידושי הרי"ם" פון וועמען ער האט געלערנט תורה און חסידות. ער האט חתונה געהאט מיט הענדיל לאה'ן, זיין פעטער ר' אברהם מרדכי'ס טאכטער, און דעם "חידושי הרי"מ'ס" אייניקל. זיין גאנץ לעבן האט ער פארבראכט אין תורה ועבודה, פריער ביים "חידושי הרי"ם", נאך זיין פּטירה ביים אלעקסאנדערער רבי'ן, און נאך זיין פּטירה ביים "שפת אמת". ווען ער האט אין זיינע אינגע יארן באזוכט דעם רבי'ן ר' אברהם טשעכינאָוו האט ער געזאגט אויף אים: דער אינגערמאן האט אויף זיך דעם גאנצן צלם אלקים אזוי ווי מען האט אים עס געגעבן, און ער האט עס גארנישט קאליע געמאכט. נאך דעם ווי זיין שוואגער דער "שפת אמת" איז נפטר געווארן, האבן פילע חסידים זיך באהעפט אין אים. אויף זייער פארלאנג האט ער זיך באזעצט אין דער שטאט פּילץ. און ער איז געווארן דארט אב בית דין, און פילע חסידים פלעגן שטראמען צו אים. שפּעטער האט ער זיך איבער געצויגן קיין וויערשאָוו. זיינע לעצטע יארן האט ער אפּגעלעבט אין טשענסטאָכאָוו, וואו ער איז נפטר געווארן צען טעג אין כסלו, אין דעם יאר תרפּ"א. דער גערער רבי האט געזאגט אויף אים: ער האט געבעטן, און ער איז געענטפערט געווארן.