רוי:רבי ישראל משה פרידמאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישראל משה פרידמאן פון סאדיגורא
געבורט ד' אב תשט"ו
טויט כ"א אב תש"פ (אלט: 65)
טעטיקייט ארט בני ברק
סאדיגורער רבי
י"ט טבת ה'תשע"גכ"א אב ה'תש"פ
מרדכי שלום יוסף פרידמן (בירושלים) ←

רבי ישראל משה פרידמאַן (ד' אב תשט"וכ"א אב תש"פ; 23סטן יולי 195511טן אויגוסט 2020) איז געווען דער זעקסטער סאדיגורער רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין בני ברק.

ביאגראפיע

רבי ישראל משה איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, אלס איינציקער זון צו זיין פאטער אברהם יעקב פרידמאן, דער זון פון מרדכי שלום יוסף און זיין מוטער ציפורה פייגא (פעלדמאן). מען האט אים געגעבן דעם נאמען ישראל נאכן גרינדער פונעם רוזשינער חסידות, רבי ישראל פון רוזשין און משה נאך דעם באיאנער רבי'ן רבי משה פרידמאן.

ווען ער איז געווען א בחור איז די משפחה געצויגן קיין ארץ ישראל. ער האט געלערנט אין דער רוזשינער ישיבה אין בני ברק און אין דער פאניוועזשער ישיבה.

ער האט געהייראט זיין קוזינע שרה, טאכטער פון זיין משפחה חיים משה פעלדמאן, פון די חשובע וויזשניצער חסידים און פון די פירער פון דער חרדישער קהילה אין לאנדאן. נאך דער חתונה איז ער אריבער וואוינען אין לאנדאן. זיי האבן צען קינדער. אין תשל"ט האט זיין פאטער איבערגענומען די רביסטעווע אין סאדיגורא.

אין תש"נ (בערך) האט ער אויפגעשטעלט דעם בית מדרש "אור ישראל" אין דעם גאלדערס גרין געגנט פון לאנדאן. אויך האט מען אים באשטימט רב פון די סאדיגורער חסידים ארום דער וועלט. ער האט ממשיך געווען אין די אמטן ביז דער פטירה פון זיין פאטער.

י"ט טבת תשע"ג איז זיין פאטער נפטר געווארן, און זיינעדיק דער איינציגער זון, האט מען אים באשטימט סאדיגורער רבי. צוליב דעם האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק.

אין יאר תשע"ט איז ער געווארן שטארק קראנק און ער האט געוויילט א לענגערער צייט אויף רפואה אין לאס אנזשעלעס.

כ"א אב תש"פ איז ער נפטר געווארן אין תל השומר שפיטאל.

מחלוקת נאך זיין פטירה

נאך זיין הסתלקות אין חודש אב תש"פ, איז נתפרסם געווארן אז ער האט געשריבן אין צוואה אז רבי יצחק יהושע העשיל זאל איבער נעמען די סאדיגורער רביסטעווע כאטש אז ער איז דער פינפטער זון.

זיין רעבעצן שרה האט מכתיר געווען נאך צוויי זין אלס רבי'ס: רבי מרדכי שלום יוסף, אלץ סאדיגורער רבי אין ירושלים, און רבי אהרן בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן. רוב חסידים זענען געבליבן מיט רבי יצחק יהושע העשיל אין בני ברק.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • חוה יוטא הדסה, ווייב פון הרב יהושע מאיר פרישוואסער, ר"מ אין לאנדאן, זון פון הרב שלמה ישראל פרישוואסער, רב פונעם סאסאווער בית המדרש און א ראש ישיבה פון חיי עולם ישיבה אין גאלדערס גרין, לאנדאן.
  • הרב מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רבי אין ירושלים, איידעם ביי רבי נפתלי יהודה הורוויץ, באסטאנער רבי.
  • די ווייב פון הרב צבי הירש אייכנשטיין, א ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי משה מרדכי אייכנשטיין, טריסקער רבי.
  • די ווייב פון הרב מנחם מנדל מרגליות, ראש ישיבה פון שערי בינה אין לעיקוואד, זון פון הרב ליפא מרגליות, ראש ישיבה פון תורה תמימה.
  • הרב אפרים פישל, איידעם ביים ראפשיצער רבי פון ברוקלין.
  • הרב אהרן דב בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן.
  • הרב אליהו אליקים געציל, איידעם ביי הרב שלמה האלבערשטאם, רב פון דער פאקשעווניצער קהילה אין לעיקוואד.
  • הרב יצחק יהושע העשיל, זיין ממלא מקום אין בני ברק; האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון הרב אשר חיים שטערנבוך פון אנטווערפן
  • בריינדל, ווייב פון הרב יוחנן מאיר שפירא, זון פון רבי קלמן מנחם שפירא, פיאסעצענער רבי
  • הבחור שמעון מנחם נחום.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!