רוי:רבי יצחק יהושע העשיל פרידמאן
געבורט | כ"ד אייר תשנ"ו (יארגאנג: 28) | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
טעטיקייט ארט | בני ברק | ||||||
פאטער | רבי ישראל משה פרידמאן | ||||||
|
רבי יצחק יהושע העשיל פרידמאַן (געבוירן כ"ד אייר תשנ"ו) איז דער היינטיגער סאדיגערער רבי אין בני ברק.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו רבי ישראל משה פרידמאן און צו שרה, טאכטער פון חיים משה פעלדמאן. ער האט געלערנט אין דעם בעלזער חדר[1] און ישיבה קטנה, און אין דער געיטסהעדער ישיבה. דערנאך האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים, וואו ער האט געלערנט ביי הרב אשר אריאלי.
ער האט חתונה געהאט ז' שבט תשע"ח מיט מלכה, טאכטער פון הרב אשר חיים שטערנבוך, דיין אין דעם אנטווערפענער מחזיקי הדת קהילה, זון פון הרב רבי אליהו שטערנבוך.
נאך זיין טאטענ'ס הסתלקות אין חודש אב תש"פ, איז נתפרסם געווארן אז זיין טאטע האט געשריבן אין צוואה אז רבי יצחק יהושע העשיל וועט איבער נעמען די סאדיגורער רביסטעווע כאטש אז ער איז דער פינפטער זון.
מיט זיין הסכמה, האט זיין מאמע שרה מכתיר געווען נאך צוויי זין רבי'ס: רבי מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רבי אין ירושלים, און רבי אהרן בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן.
רעפערענצן
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 77
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!