רוי:רבי חיים מאיר האגער (רבי ישראל'ס)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חיים מאיר האגער (געבוירן כ"א טבת ה'תשל"ג), איז דער רב פון וויזשניצער קהילה (מהר"י) אין קרית וויזשניץ בני ברק, און דער עלטסער זון פון רבי ישראל האגער, דער קעגנווארטיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.

אנפאנגליכע געשיכטע

רבי חיים מאיר איז געבוירן געווארן אין יא ה'תשל"ג אין קרית וויזשניץ, בני ברק, צו זיין פאטער רבי ישראל האגער, וועלכע אין יענע יארן פלעגט דינען אלס דער עמטליכער מרא דאתרא פון קרית וויזשניץ, און צו זיין מוטער מרת שרה חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק רבי משולם זוסיא טווערסקי, דער אמאליגער טשערנאבילער רבי פון בני ברק. רבי חיים מאיר איז דער ערשטער אייניקל פון זיין זיידן הרה"ק דער ישועות משה, וואס איז געבוירן געווארן פארהעלטענמסיג קורץ נאך דער פטירה פון זיין עלטער-זיידן הרה"ק דער אמרי חיים, און צו געהייסן ווערן נאך איהם. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער ערהאלטן זיין אויסבילדונג אין די וויזשניצער מוסדות, און איז אויפגעצויגן געווארן אין שאטן פון זיין זיידן דער רבי. אלס בחור איז ער אריינגעגאנגען לערנען אין ערלויער ישיבה, וואס געפינט זיך אין דער "קאטאמאן" געגנט אין ירושלים, און אלע יארן זייט ער האט אנגעפאנגען צו לערנען דארט, איז ער געווען געקניפט און געבינדען צום פריערדיגן ערלויער רב רבי הרה"ק רבי יוחנן סופר, און האט איהם אייביג אויסגערעכנט אלס מורו ורבו. ווען ס'איז אנגעקומען די צייט, איז ער א חתן געווארן מיט זיין ווייב מרת רייצא הענדל, טאכטער פון אהרן טייטלבוים, דער נירבאטורער רב פון בארא פארק. נאך דער חתונה האט ער זיך אומגעצויגן וואוינען אין ניו יארק.

הכתרה אלס רב און טעטיגקייט

אום חודש אייר ה'תש"ע, האט דער רבי רבי ישראל, וואס איז נאך נישט געווען א רבי דעמאלטס, נאר אנגעפירט דעם הויף צוליב דער שטארקער שוואכקייט פון זיין פאטער, געקרוינט זיין זון אלס רב פון דער ארטיגע וויזשניץ-בני ברקער קהילה. די הכתרה איז אפגעהאלטן געווארן ווען רבי ישראל האט געוויילט אין ניו יארק אויף א באזוך, און פילצאליגע רבנים און חסידים האבן אנטייל גענומען אין דעם מעמד. אויך די פעטערס פון רבי חיים מאיר, רבי דוד טווערסקי, דער סקווירער רבי און רבי אהרן טייטלבוים, דער סאטמארער רבי האבן געשיקט א בריוו מיט פארשידענע ברכות און גליקוואונטשן לרגל דעם מעמד.

כ' אדר ה'תשפ"א האט אים זיין פאטער ר' ישראל געקרוינט אלס רב און אב"ד פון קרית וויזשניץ אין בני ברק. דער מעמד פון דער הכתרה איז פארגעקומען ביי דער יארצייט טיש פון זיין זיידן דער ישועות משה זצ"ל.

קינדער

  • הרב חנני' יו"ט ליפא, האט געהייראט מרת עטל, טאכטער פון רבי 'אברהם שמעון גרינפעלד (נפטר געווארן ה'תשע"ה), וועלכער איז געווען דער סעמיהאלי רב אין בני ברק.
  • מרת רעכיל דבורה, ווייב פון הרב נפתלי יחזקאל, זון פון רבי ישכר בער טויב, זון פון רבי משה, דער קאלובער רבי פון אמעריקע, און איידעם פון רבי יוסף פאנעט, דעעשער רבי פון בני ברק, איידעם פון הרה"ק רבי אברהם חיים ראטה, דער אמאליגער רבי פון שומרי אמונים.
  • הרב נחום אפרים, האט געהייראט מרת חיה, טאכטער פון רבי שניאור זלמן דאנציגער, אלעקסאנדער רבי פון קליוולאנד, אהייא.
  • הרב מנחם מענדיל האט געהייראט מרת רחל בריינדל, טאכטער פון רבי אליהו בצלאל פריעדמאן אב"ד טרעסיף.
  • פייגא
  • מרגלית
  • משה יהושע
  • בריינדל
  • מרדכי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!