רוי:רבי חיים אלכסנדר ראזענפעלד
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי חיים אלכסנדר ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ב - ה'תש"ג), רב אין זאסאלע
אפשטאם
רבי חיים אלכסנדר איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ב, צו זיין פאטער הרב רבי אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב רבי יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב רבי שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
הסתלקות
רבי חיים אלכסנדר איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג (אומגעפער), צוזאמען מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
פאמיליע
רבי חיים אלכסנדר האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי יצחק טוביה רובין. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי צבי הירש ראזענפעלד, רבי אין ניימארקט, ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב חיים יעקב ראזענפעלד א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב אברהם יהושע ראזענפעלד א זון פון הרב יצחק ראזענפעלד רבי אין ריישא א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
- מרת רבקה הענא די ווייב פון הרב אברהם אביש אורנשטיין רבי אין אושפצין.
- מרת פראדיל
- מרת מרים
רעפערענצן
- אוהב שלום
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!