רוי:רבי גדליה אבן יחיא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' גדליה בן יוסף ן' יחייא שטאמט פון א גאר אנגעזעענער משפּחה וועלכע אור־שפּרינגט פון פּארטוגאל און שפּאניע. דער הויפּט פון דער יחייא משפּחה איז "השר הגדול והנורא מאד דון יחייא ן' יעיש". ער האט געלעבט ארום דעם יאר 1055. ער איז געווען א גרויסער חכם, א גרויסער גביר, און האט געשטאמט פון מלכות בית דוד. ער איז געווען זייער אנגעזען ביים מלך פון פּארטוגאל, וועלכער האט אים באשטימט אלס אויפזעער איבער אלץ וואס ער האט פארמאגט.

ר' גדליה'ס פאטער, וועלכער איז געווען דער עלפטער דור פון דעם פאטער פון דער יחייא משפּחה, האט מען גערופן דון יוסף בן הגאון דון דוד. ער איז געווען א גרויסער חכם און ער האט פארשפּרייט תורה אין דער איטאליענישער שטאט אימולה, ארום דעם יאר 1515. ער האט פארפאסט ספרים.

דער פּארטוגאלער קעניג האט געבעטן דון יוספ'ן ער זאל אננעמען זיין גלויבן, איז ער אנטלאפן מיט זיין פאמיליע. ער האט דורך געלעבט פילע מאטערנישן. און ער איז געשטארבן אין עלטער פון פינף און פערציג יאר. מען האט אים געהאלטן אין אַן ארון צען יאר. דערנאך האט מען אים איבערגעפירט קיין צפת און מען האט אים באערדיגט נעבן רבי יוסף קארו, דער מחבר פון "בית יוסף".

ר' גדליה איז געווען א גרויסער חכם, א גרויסער תלמוד'יסט, ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט אימולה אין איטאליע, אין דעם יאר 1515. ווי עס ווייט אויס איז ער נפטר געווארן אין אלכסנדריא, ארום דעם יאר 1587. אויך ער האט דורכגעמאכט פילע מאטערנישן. ער האט פארלוירן זיין געלט, איז געווען פארוואגלט. אבער דאס אלץ האט אים נישט אפּגעהאלטן פון צו שרייבן ספרים. ער האט געשריבן פילע ספרים אויף פילע טעמעס, פּירושים, דרושות, געשיכטע. זיין בעסט־בארימט ספר איז "שלשלת הקבלה".