רוי:קרעטינגא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קרעטינגא
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
מדינה / טעריטאָריע ליטא
קאָאָרדינאַטן 55°53′25″N 21°14′32″E / 55.89028°N 21.24222°E / 55.89028; 21.24222 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

 ‑ אין שטאט

18,732‏  (שטייענדיג 2015)

קרעטינגא (ליטוויש: Kretinga; דייטש: Krottingen) איז א שטאָט אין מערב ליטע וואס געפינט זיך לעבן דעם באלטישן ים.

אין קרעטינגא האבן געוואוינט ליטווינער, רוסן, דייטשן און אידן. דער ייִדישער ייִשוב דאָרט האט אנגעהויבן אין 1663. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז דער צענטער פון דער שטאָט איז פארברענט געווארן דורך די דייטשן ווייַל עס איז געווען אַ קנופ־פונקט צווישן הונדערטער באַנען, לאַסטמאַשינען און קאַראַוואַנען וואָס זענען דורכגעגאנגען דאָרט אויפן וועג צום רוסישן פראָנט. אין דער צווייטער וועלט קריג איז אין קרטעינגא פארגעקומען א שחיטה פון דער אידישער געמיינדע דורך די נאציס, וואס איז געווען איינע פון די ערשטע שחיטות פון די נאציס.

נאָך דער מלחמה האָט מען די שטאָט איבערגעבויט. אין 2015, איז די צאָל איינוואוינער אין קרעטינגא געווען 18,732.

אידן אין קרעטינגא

שול

אין דער קליינער גאַס מיטן נאָמען "שול", איז געווען אַ בית מדרש, וואוּ מען האט געלערנט גמרא. דער בית מדרש איז געווען אָפן א גאנצן טאג און ווער עס יז האָט געקענט אַריין אין אים, אַפילו שבת און יום טוּב.

פערזענלעכקייטן פון קרעטינגא

  • ברק יאסלעוויטש ( 1809–1765 ) איז געווען א אידישער קריגסמאן וואס האט געקעמפט פאר די פרייהייט פון פוילן ביי די קאשיוסקאו מרידה און די נאפאלעאנער מלחמות.
  • יוסף בערקאָוויטש ‏ 1789–1846 ), זון פון ברק יאָסלעוויטש, איז געווען אַ באַטייליקטער אין דער פּוילישער מרידה וואָס איז פאָרגעקומען אין 1831. ער איז געווען דער קאַפּיטאַן פון דער רייטער־מיליטער.
  • הרב אליהו לעווינזון (18881822) - תלמיד פון רבי ישראל סאַלאנטער, א בארימטער שתדלן און באנקיר. מ׳האט אים גערופן ר׳ אֶלע קרעטינגער .
  • רבי יחזקאל ״חאַטשע״ כהן (19261843), מחבר פון "ילקוט יחזקאל".
  • אליעזר ליפמאן זילבערמאן ( 1818–1882) - שרייבער, גרינדער און רעדאקטאר פון " המגיד "

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!