רוי:קאדאק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
איסטמאן קאדאק
פילם פון קאדאק
Eastman Kodak Company
טיפ: פובליק
געגרינדעט: 1881
גרינדער: דזשארדזש איסטמאן
הענרי סטראנג
סלאגאן: איר קוועטשט דעם קנעפל – מיר טוען די רעשט
וועבזייטל: http://www.kodak.com
שפראך: ענגליש

די איסטמאַן קאדאַק פירמע (ענגליש: Eastman Kodak Company), באוואוסט אלס קאדאק, איז אן אמעריקאנער פאטאגראפיע פירמע הויפטקווארטירט אין ראטשעסטער, ניו יארק.

די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין יאנואר 1, 1881[1], דורך דזשארדזש איסטמאן און הענרי סטראנג.

די פירמע איז הויפטזעכליך באקאנט פאר אירע פאטאגראפישע פילם פראדוקטן, וואס זי האט געברענגט צום מאסן מארק צום ערשטן מאל[2]. אונטער איסטמאן'ס פירערשאפט איז די פירמע געווארן פון די וועלט'ס גרעסטע פילם און קעמרע פראדוצירער. קאדאק האט אנגעהאלטן א דאמינירנדע פאזיציע אין די פאטאגראפיע מארק דורכאויס רוב פון דער 20סטער יארהונדערט, און געשאפן א רייע טעכנאלאגישע ערפינדונגען[3].

פינאנציעלע שוועריגקייטן האבן זיך אנגעהויבן אין די שפעטע 1990ער, צוליב קאנקורענץ פון די יאפאנעזער Fujifilm, און צוליב שוועריגקייטן צו מאכן דעם אריבערגאנג צו דיגיטאלע פאטאגראפיע[4]. די פירמע האט זיך דערקלערט באנקראט אין יאנואר 2012[5].

אין סעפטעמבער 2013 איז די פירמע ארויסגעקראכן פון באנקראט[6]. די פירמע זעצט פאר צוצושטעלן פילם פאר בילדער און ווידעא, ווי אויך דיגיטאלע דרוקעריי פראדוקטן און סערוויסעס. אין רעאקציע צו דער קאוויד-19 פאנדעמיק, האט די פירמע געמאלדן אין יולי 2020 אז זיי וועלן אנהייבן פראדוצירן מעדיצינישע מאטעריאלן[7].

רעפערענצן

  1. George Eastman, אויף Kodak.Com
  2. Peres, Michael (2017-01-12). Laboratory Imaging & Photography: Best Practices for Photomicrography & More (in ענגליש). Taylor & Francis. ISBN 978-1-317-59301-0. Archived from the original on April 25, 2023. Retrieved May 18, 2022.
  3. T. H. James, Journey: 75 Years of Kodak Research (Eastman Kodak Company, Rochester, 1989).
  4. Hiltzik, Michael (‏December 4, 2011). "Kodak's long fade to black". 
  5. J. de la Merced, Michael (‏January 19, 2012). "Eastman Kodak Files for Bankruptcy". 
  6. Daneman, Matthew (‏September 3, 2013). "Kodak bankruptcy officially ends", USA Today. 
  7. Rampton, Roberta (‏July 28, 2020). "Trump Gives Medical Stockpile A 'Kodak Moment' With New Loan To Make Drugs" (אויף en).