רוי:לעגא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לאגא פון לעגאָ
לעגאָ ציגלען

לעגאָ (דעניש: LEGO) איז אַ סארט קאָנסטרוקציע שפּילכל וואָס איז געשאַפן געוואָרן און ווערט פאַבריצירט דורך דער לעגאָ גרופּע, אַ דענישע פירמע. לעגאָ ציגלען זענען קאָלירטע פּלאַסטיק קאָנסטרוקציע-בלאָקן וואס מען קען פאַרבינדן צוזאַמען. לעגאָ ציגלען ווערן פאַרבונדט מיט שפּאָנקעס אויפן שפּיץ און לעכער אונטער די ציגלען. לעגאָ איז דאָס סאמע באַרימטע קאָנסטרוקציע שפּילכל אין דער וועלט.

די לעגאָ פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1935 דורך אָלע קירק קריסטיאַנסען (Ole Kirk Christiansen), אַ דענישער שפּילכל-מאַכער. קריסטיאַנסען האט געבויט האָלצערנע שפּילכלעך פאַר קינדער. ער האט געמאַכט און פאַרקויפט זיינע ערשטע פּלאַסטיק לעגאָ פּאַקונגען אין די 1940ער. פון דעמאָלט אָן זענען לעגאָ שפּילכלעך געווארן זייער פּאָפּולער און ווערן באַקאַנט און באַליבט צווישן מענטשן פון פאַרשידענע לענדער, סיי קינדער און סיי דערוואַקסענע.

לעגאָ ציגלען קומען אין פאַרשידענע פאָרעמס, גרייסן און קאָלירן, אזוי ווי רעדער, אויטאָמאָביל-שויבן און פלאַנצן. מען קען פאַרבונדן לעגאָ ציגלען אין אַ סך פאַרשידענע וועגן, און זיי קענען פאָרמירן כמעט יעדע זאַך.

כמעט אַלע ציגלען פון לעגאָ פּאַקונגען קענען ווערן פאַרבונדן. נייע ציגלען פון היינט קענען ווערן פאַרבונדן מיט אַלטע ציגלען פון לאַנג צוריק. ווייל לעגאָ איז געווארן זייער פּאָפּולער ווערט דאָס וואָרט "לעגאָ" אָפט באַנוצט צו באַשרייבן קאָנסטרוקציע-בלאָקן אין אַלגעמיין. עס זענען דא מיליאָנען לעגאָ אָנהענגער און קאָנגרעסן וועלטווייט.

לעגא פאקונגען

זינט די 1950ער יארן האט דער לעגא גרופע פאבריצירט טויזנטער פּאַקונגען מיט פארשידענע טעמעס ווי קאסמאס, ראבאטן, פיראטן, באנען, וויקינגן, שלעסער, דינאזאווערס, אונטערוואסער פארשונג און דער ווילדער מערב. א טייל קלאסישע טעמעס וואס קאנטינוירן ביז יעצט זענען "לעגא שטאָט" (א ליניע וואס אילוסטרירט שטאָטישע לעבן, זינט 1973) און "לעגא טעכניק" (א ליניע וואס סימולירט קאמפלעקסע מעכאנישע פראצעסן, זינט 1977).

איבער די יארן האט לעגא באקומען די רעכטן צו פאבריצירן א סך טעמעס באזירט אויף טעלעוויזיע, פילם און ווידעא שפילן קאנצעסיעס ווי "באַטמאַן", "אינדיאַנע דזשאָנס", "פּיראַטן פון די קאַריביען", "האַרי פּאָטער", "שטערן קריג" און "מיינקראַפט". כאטש א טייל די ליצענצירטע טעמעס ווי "שטערן קריג" און "אינדיאַנע דזשאָנס" זענען געווען זייער געראטן האט לעגא געזאגט אז זי וויל זיך אָנלענען מער אויף אירע אייגענע כאראקטערן און קלאסישע טעמעס און ווייניק אויף מידיע באזירטע טעמעס.

איין פון די גרעסטע אפיציעלע לעגא פּאַקונגען איז געווען דער מילעניום פאַלקאָן פון "שטערן קריג" אין מיניפיגורן סקאַלע. זי איז אויסגעפורעמט געווארן דורך יענס קראנוואלד פרעדריקסען און באפרייט געווארן אין 2007 מיט 5,195 טיילן. שפעטער איז א טאַזש מאַהאַל מאדעל באפרייט געווארן מיט 5,922 טיילן. א צווייטער ווערסיע פונעם מילעניום פאַלקאָן מיט 7,541 טיילן איז באפרייט געווארן אין 2017.

לעגאָ מיניפיגור

אַ לעגאָ סקולפּטור פון אַ מיניפיגור ביי לעסטער סקווער, לאָנדאָן

א לעגאָ מיניפיגור אדער לעגאָ פּערזאָן (ענגליש: LEGO Minifigure) איז א קליינע פיגור אין לעגאָ שפילכלעך. מען קען באַקומען מיניפיגורן אין לעגאָ פּעקלעך אדער קויפן זיי באַזונדער אלס שליסלקייטן און מאגנעטן. אין 1975 זענען מיניפיגורן געווארן די זעלבע גרייס ווי מיניפיגורן היינט, אבער אָן באַוועגליכע ארעמס אדער פיס. זיי האבן געהאַט אַ קליינע פאַרשיידנקייט פון קאָפ-טיילן ווי היטלעך, צעפל האר און קובוי היטלען. זייט 1978 קומען מיניפיגורן מיט אַ סך מער קליידונג, היטלען, העמדער און הויזן. זיי האבן אנגעהויבן ערשיינען אין פּעקלעך, צווישן זיי "שטערן קריג". היינט ווערן מיניפיגורן באַנוצט אין אַ סך לעגאָ פּעקלעך.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!