רוי:לארד בייראן
דזשארדזש גארדאן בייראן (ענגליש: George Gordon Byron; 22סטן יאנואר 1788 - 19טן אפריל 1824), באוואוסט מיטן נאמען לארד בייראן, איז געווען פון די גרעסעטע ענגלישע ראמאנטישע דיכטער. יונגערהייט האט ער גע'ירש'נט דעם טיטל לארד.
ביאגראפיע
בייראן איז געבוירן געווארן אין 1788 אין לאנדאן צו זיין פאטער קאפיטאן דזשאן בייראן און זיין צווייטע ווייב, קאטערינע גארדאן (געש' 1811). ווען ער איז געווען אלט דריי יאר איז זיין פאטער געשטארבן. ביז די צען יאר האט ער געוואוינט אין אבערדין, סקאטלאנד.
ער איז געווארן א בארימטער דיכטער, און נאך זיין טויט האט מען געשריבן אויף אים אסאך ביאגראפיעס. זיין ערשטע בוך פון פאעסיע האט ער ארויסגעגעבן ווען ער איז געווען א סטודענט אינעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש
אין 1811 האט ער גענומען זיין פלאץ צו זיצן אין דעם הויז פון לארדן. אין 1812 איז ער ארומגעפארן די לענדער פון אייראפע.
אין 1815 האט ער געהייראט א רייכע פרוי, אן איזאבעלא מילבאנק, וואס האט אים געבוירן זיין טאכטער אדא לאוולייס, וואס ווערט גערעכנט די ערשטע פראגראמירער. נאך א קורצער צייט האט זיין ווייב אים פארלאזט ווייל ער האט זיך געפירט נישט ארנטלעך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!