רוי:יידיש-וויקיפעדיע
סארט | פרייע אינטערנעץ ענציקלאפעדיע |
---|---|
הרשמה | לא חובה |
רשימה
|
די יידיש-וויקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך.
עס איז אן עלעקטראנישע ענציקלאפעדיע וואס א יעדער יידיש רעדער אויף דער וועלט, איז ערמעגליכט, באויפטראגט און איינגעלאדן, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן.
זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (13טן מערץ 2004)[1] היינט צוטאגס אנטהאלט זי 13,214 ארטיקלען.
וויקימעדיע פונדאציע
די יידישע וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן דורך דער וויקימעדיע פונדאציע. אלע שפראכן וויקיפעדיעס, איבער 270 אין צאל, איז איין גרויסער פילשפראכיגער פרייער ענציקלאפעדיע פראיעקט אונטער דער פונדאציע'ס אויפזיכט.
די וויקימעדיע פונדאציע איז א נישט-פאר-פראפיט וואוילטעטיגע ארגאניזאציע וואס איז הויפטקווארטירט אין סאן פראנציסקא, מיט לאקאלע פילאליעס דורכאויס די גרעסערע שטעט אין דער וועלט ווי ירושלים און ניו יארק, זי איז געגרינדעט געווארן דורך זשימי וועילס, וואס ער האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען וויסנשאפט צו יעדן מענטש אויף דער וועלט אומזינסט און אייניג פריי אן אפצאל,[מקור פארלאנגט] דורך דעם וואס זיי שענקען צו יעדן אייניג די 'אויטאריטיטעט' פאר אלעמען אייניג צו שרייבן וואס איז 'אמת' אלס פאקט.
דאס ווערט אויסגעפירט דורך אויסנוצן די וויקי סאפטווער פלאטפארמע; וואס לאזט יעדן איינעם ענדערן אייניג און מיט קאנסענסוס צוזאמען אויפאמאל יעדעס ענין. אזוי ארום האט די פאונדאוציע אוועקגעשטעלט אן אנציקלאפעדיע אין כמעט יעדע שפראך אויף די וועלט, אין פארעם פון וויקיפעדיעס.
נישט בלויז ענציקלאפעדיעס נאר אויך פרייע ווערטערביכער, אין יעדער שפראך, אין פארעם פון וויקיווערטערבוך. און אזוי ווייטער, בילדער, און ביכער זאמעלונגען, און נאך פילע פראיעקטן וואס באפרייט די קאלעקטיווער מענטשליכער וויסנשאפט פארן יעדן מענטש אייניג.
די פונדאציע געבט זיך בעיקר אפ אין די טעכנישע איניציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר טאג-טעגליכן ווערטשאפט, וואס ווערט געפירט בלויז דורך די קהילה פון די שפראך, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען א יאר. אבער זיי קענען אבסאלוט גארנישט אריין רעדן בנוגע דעם אינהאלט פון די דאזיגע פראיעקטן, נאר לאזן די וואלענטורן שאפן קאנסענסוס צווישן זיך אליין'ס איבער יעדעס ענין, וויאזוי און וואס פונקטליך עס זאל דאקומענטירט ווערן און וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעשטעלט די 'סאפטוועיר' און די 'דעזיין' דערפאר.
עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלץ וואס מען שרייבט ווערט אויטאמאטיש באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון דער גאנצער וועלט, דעריבער קען מען נישט אריין קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.
וויקיפעדיע
דאס ווארט וויקיפעדיע איז א צוזאמשמעלץ פון צוויי ווערטער, וויקי נאכן סאפטווער אויף וואס דער סייט לויפט, אין לשון פון שנעל אויף 'האוואי'שער שפראך, און פעדיע (פון ענציקלא-פעדיע) וואס מיינט אין לאטייניש, ארומענעמדיג אלץ[2]. עס איז אויסגעשטלעט אין א היעראכיע פון באניצערס וואס קיינער קען נישט געוועלטיגן און ארויפצווינגען עפעס איבער דעם אנדערן'ס מיינונג, נאר אלץ ווערט געטאן דורך קאנסענסוס[3]. עס זענען פארהאן סיסאפן (א פארקערצונג פון 2 ווערטער סיסטעם אפעראטאר) וואס ווערן ערוויילט דורך דער קהילה[4] דורכצופירן די קאנסענסוס שאפונג דורך צייטווייליג אפשפארן יעדע ענין וואס איז אין מחלוקת און א שטער פארן כלליתדיגן בוי פון וויקיפעדיע[5]. גארנישט און קיינער ווערט צענזורירט[6], נאר בלויז אויף די צייט ביזווילאנג קאנסענסוס ווערט געשאפן, קען דאס ווערן צענזורירט נישט קיין סעקונדע שפעטער וואס מען שליכט דאס[7]. אויך זענען פארהאן באניצערס אויף העכערע שטאפל פון כוח, ווי דער ביוראקראט וואס מאכט די סיסאפן[8], און די סטוארדן, וואס איז נאך העכער, ער פאסט אויף אז די באנוצער זאלן זיך טאקע באגיין לויט דער סיסטעם[9].
ענציקלאפעדיע
די יידישע וויקיפעדיע האט בלויז איין ציל פון פארשפרייטן וויסן, דורך דינען אלס א פרייע און אפענע ענציקלאפידיע אין דער יידישער שפראך.
גוגל פאקטאר
היינט צוטאגס איז גוגל זוך מאשין, דער גאנצער אויספארמער פין פאפולערקייט אויף דער קאלעקטיווען אינטערנעט[10]. און גוגל מאכט די יידישע וויקיפעדיע פאר די אינטערנעט אין יידיש. ווייל דער הויפט מהלך וויאזוי גוגל ארבייט איז צו לינקען ווער עס האט דאס מערסטע לינקס[11]. די אידישע וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט מיט די מערסטע לינקס פון אלע וועב סייטס און זאל האבן מער לינקס פון אלע וועב סייטס צוזאמען[12]. דעריבער וויבאלד זי האט אזויפיל לינקס שיקט איר גוגל אין די מאסן אלע אידישע אינטערנעט באנוצער וואס זוכן סיי וואס פאר א ווארט אין אידיש, אסאך מער ווי צי אלע אנדערע אידישע סייטס. עס וועט זיך כמעט נישט מאכן א זוך פון א ווארט אין אידיש אן צענדליגע אידישע וויקיפעדיע ווייזונגען אויף די ערשטע פאר בלעטער פון די רעזולטאטן, וואס דאס איז קריטיש פאר די זוכער צו שלום מאכן מיטן מצב און אריינגיין בלויז דארטן.
אידישקייט
דאס טוט פארשפרייטן אידישקייט, דערווייל (2022) מיט איבער פיפצען טויזענט ארטיקלען, דינט איר פרייהייט און אפענקייט אלס אן אינוויטאציע פאר נאך שרייבער דא צו בארייכערן מיט א פאטענציאנאלע שלל פון ידיעות וואס שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט מכוח איר ענציקלאפעדיע נאטור וואס סערווירט איין געוויסער פאלק אידן וואס רעדן זייער שפראך יידיש, זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די אידישע וועלט אין זייער אידישע לעבן פון אמאל און פון היינט.
תורה
ווי אלע וויקיפעדיע שפראכן איז דער אידיששער וויקיפעדיע א 'דעת' און 'וויסנשאפט' צענטער ווי ביי חרדים ישיבה אדער כולל אדער ווי ביי פרייע אן אוניווערסעטי אדער שולע . איינער שרייבט א סברה, טעם, הלכה, מנהג, אדער פשט, אן אנדערער שפרינגט אויף און פרעגט דאס אפ און דעם רעדן בלאט, און פארענדערט דאס לויט זיין מסקנה, און דער דריטער מאכט א פשרה. און אזוי ווייטער ביז עס ווערט דורך פלפול און חברותא אויסגעדראשן א תורה שלימה.
קהילה
בנוסף צו דעם אלעם עס איז אויך א קהילה אינעם פולסטען זין פון ווארט, אזא סארט ווירטואלע געמיינדע וואס פאראייניגט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס ווילן דא שרייבן און ליינען א ענציקלאפעדיע. די וויקאפידען ווי מען רופט די פלייסיגע באטייליגער זענען פון דייטשלאנד ביז ניו יארק און ארץ ישראל, אידן וואס שעצן די מוטער שפראך, אפילו זיי זענען נישט אזוי שטארק שולט דערין, ווילן זיי דאס אבער בויען און פערזערווירן פאר די דורות הבאים. יעדע ליאדע סעקונדע רוקט זיך איינער אן, מען ברויך דאך נישט קיין רשות צו שרייבן, און געט פלוצלינג א פארעכט, א ענדערונג, לייגט צו עפעס א נקודה און דעטאל וואס דער פריערדיגער האט פארהוילן און נישט געשריבן, אדער שמועסט איבער סיי וואסארא ענין, אין איר געראטענער רעדן בלאט, וואס יעדער ארטיקל האט א רעדן בלאט זיך אויסצושמועסן איבער דעם ענין. עס שלאפט קיינמאל נישט דער סייט, ווייל די שעות איבער די וועלט, מאכט אז מען ארבייט ווען מען שלאפט אין איין פלאץ, אפילו אין שבת ווייל אידן פון אויסטראליע וואס ביי זיי איז שוין זונטאג זענען דעמאלטס פארנומען דא צו אויפלעבן קומט דאך אויס אז מיר זענען א שיינע אידישע קהילה.
וויאזוי ארבעט דאס?
וואס טרייבט איר וואוקס? און וואסערע ענינים שרייבט מען דארטן?
די דאזיגע צוויי שאלות זענען א סתירה איינס צום אנדערן, ווייל אן אנציקלאפעדיע דארף דאך זיין אלעס באשריבן, נאכדערצו אויב איז דאס א פרייער אפענער ענציקלאפעדיע וואס קיין שום קרייז אדער אידיאל קען נישט דאס באגרענציען אירע טעמעס אויף וואס דאס איז געשריבן, דאן דארף דאס דאך האבן אין זיך די גאנצע קאלעקטיווער וויסנשאפט פון דער וועלט, וואס יעדע פון די זעקס ביליאן לעבעדיגע מענטשן האבן אין באזיס פון זייער מוח. און דאס איז דאך א ציל וואס איז נישט רעאליסטיש אויב מען נעמט ווידעראום אין באטראכט, אז דאס האט א טרייב קראפט וואס איז דאך לכוארה אויבן אויף יא שטארק באגרעניצט אין איר ענדציל, און סובסאקווענס אין אינהאלט. ווייל א טרייב קראפט איז דאך זיכער א באגרעניצטער כוח, און אין אונזער פאל, גאר שטארק מינימיזירט דווקא אין די שמאלע גרעניצען פון דריי תנאים: איינס א שרייבער צוויי וואס האבן אינטערנעט צוטריט און דריי ער מוז קענען שרייבן די אידיש שפראך?
אבער די סתירה פון די שאלות איז גאר גופא דער ענטפער פונעם הסבר פונעם אידישען וויקיפעדיע עקזיסטענץ און הצלחה, ווייל וויבאלד די באטייליגער קענען אידיש, און וויבאלד זיי קענען שרייבן, און וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט, איז זייער כוח שוין גענוג מעכטיג שטארק צו באשאפן די גרעסטע אידישע אנציקלאפעדיע אין היסטאריע מיט א אין-סוף ארטיקלען וואס אנטהאלט אינפארמאציע פון די וועלט פאר יעדן דאס צו לערנען און זיך באקענען און דאס טוישן.
זיי זענען טאקע גאר ווינציג אין צאל, אבער ווערענדיג געטריבן מיט א מעכטיגען כוח, צו פארשפרייטען וואס מען וויל די וועלט זאל וויסן און זיך לערנען, שאפט זיך אזא קנאת סופרים תרבה חכמה, וואס מען איז גורם אז אנדערע קומען דא מיט פלייס טוישן און פארציילן וואס זיי האלטן אז די וועלט זאל וויסן און לערנען לויט יעדןס פערזענליכע קוק וואונקל.
די גרונט פון וויקיפעדיע איז טאקע זיך האלטן נייטראל איבער יעדן ענין, אבער עס אנערקענט דאך אין די פרייהייט פון יעדן מענטש אויף די וועלט, און לאדענט יעדןס פערספעקטיוו און דעת לויט וויאזוי זיי פארשטייען אז דאס איז נייטראל קענען זיי דאס פרייהערהייט און אפען פאר אלעמען גלייך דאס צו טוישן אן קיין רעדאקציע וואס זאל באגרעניצען די דעת און אמת און זיי פארטרייבן דורך פארשטילן זייער רייץ אויסצופירן זייער מיינונג.
ביישפיל
כדי צו פארשטיין אט די שטארקע רייץ פון א פרייען אומבאגרעניצטען כוח, וואס דאס הייסט אז קנאת סופרים איז באמת תרבה חכמה אויב מען לאזט די קנאה ברענען און פלאקערן אן קיין באגרעניצונג פון קיינעם אויף די וועלט, איז כדי צו ברענגן אלס ביישפיל דעם הויפט וויקיפעדיע מאדעל, די ענגלישע וויקיפעדיע וואס איז די גרעסטע און די ערשטע וויקיפעדיע שפראך.
אויב איר וועט אריינבליקן דארטן, וועט איר באמערקן א וואונדערליכע ענערגיע וואס דארטן בוזשעוועט, אזש אז עס שוין היינט צוטאגס דאס דריטע מערסטע באזוכסטע וועב סייט אויפן גאנצען אינטערנעט[מקור פארלאנגט]. עס איז אינגאצן דא 11 יאר זינט די שרייבונג פון איר ערשטע ארטיקל דארטן[מקור פארלאנגט], און האלט שוין היינט צוטאגס קרוב צו פיר מיליאן ארטיקלען![מקור פארלאנגט] מיט איבער 400 מיליאן רעגעסטריטע באנוצער[מקור פארלאנגט] עס איז די גרעסטע אנציקלאפעדיע זינט וועלט באשאפונג, מיט אסאך מער אינפארמאציע פון אלע אנדערע אנציקלאפעדיעס וואס האט גענומען יארן און עפאכעס צו שרייבן! וואס גייט דארטן פאר?! וועט איר זיך פרעגן וואס טרייבט אזא אסטראנאמישע וואוקס און אומפארשטענדליכע פאפולערקייט ביי מענטשן דאס צו בארבייטען?
אבער איר וועט באמערקן אז וואס טוען זיי דארטן די באנוצער? לאמיר גיין צו די סאטטיסטיקס זייט און עס אנטפלעקט זיך אז די ארטיקל זשארזש דאבליו בוש איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. אַרטיקלען מיט די מערסטע באַאַרבעטונגען (ענגלישע וויקיפעדיע)
דזשארדזש בוש
דאס ווייזט אז אקטועלע ארטיקלען ווערן די ענזשין וואס דאס ציעט דעם באטייליגער זיך צו אנשליסן און טרייבן ווייטער זיין באטייליגונג צו פארברייטערן אנדערע ארטיקלען פאר די גאנצער וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל איינמאל מען זעהט אז די ברירה ווערט געגעבן פאר יעדן איינציגן פארשוין, נישט קיין חילוק זיין בייעס ווי גרויס עס איז, צו איז דאס א רעפובליקאנער אדער גאר ליבעראלער, אז יעדער קען טוישן אינפארמאציע וועט ער שוין ווייטער טוישן אלעס וואס עס איז נאנט צו זיין לעבן.
דער פירער פון די וועלטס מאכט איז נישט דארטן בעל הבית אויף דעם וויקיעפדיע, אבער ער איז אן אישו וואס העלפט די מערסטע פארן וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די מיליאנען חברה וואס קענען ענגליש און זענען אדער זיינע שונאים אדער זיינע אוהבים, להבדיל ביי אונז, אדער זיינע חסידים אדער זיינע מתנגדים, וואס רעדן עגליש. וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט ברענט אין זיי די רייץ זיך צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער זיין לעגענדע לעבן און שאפן, און ווערן געטריבן צו זיך באטייליגען אינעם אויספארעמונג פון ארטיקלען.
וויפיל באנוצער?
איינגעשריבענע באנוצער האט זי עטוואס מער פון 700, אבער דאס שפיגעלט לאו-דווקא אפ די ריכטיגע צאל באטייליגער ווייל יעדער איינער מעג זיך האבן עטליכע באנוצער נעמען אויב מען נוצט דאס נישט צו שאפן קאנסענסוס איבער תוכן וויאזוי דאס זאל געשריבן ווערן.
עס זענען געווענליך אייביג דורכאויס 24 שעה אין טאג אקטיוו עפעס איינער אדער מערערע. טייל מאל 3 אדער 4 מענטשען קומען זיך ארויף אויף איין מאל צו די זעלביגע צייט בעיקר ווען עס שאפט זיך א מחלוקת, אדער אין די שעות פון די נאכט, וואס דער עולם האט מער צייט צו וואלענטורן און זיך אפגעבן מיט זייער האבי ווען מען ארבייט נישט פאר פרנסה אדער אנדערע קריטישע פארנעמונגען.
לענגאויס די קורצע צייט אפשניט זינט איר עקזיסטענץ, האבן זיך שוין אין איר באטייליגט פילע אידיש שרייבער וואס זייער צאל איז שווער צו אפשאצאן, ווייל אסאך פון זיי האבן בלויז פאראכטן א קלייניגקייט וואס האט זיי געעגבערט בשעתן ליינען, דינענדיג אלס רעדאקטאר פון אנדערע. און בכלל קען מען דערין שרייבן אן א באנוצער נאמען, דורך בלויז פונעם אייפי אדרעסע ממילא איז נישט שייך צו דאקומענטירען א צאל פון באטייליגער אין דעם אידישען ווירטואלען פענאמענאן וואס רופט זיך אידישער וויקיפעדיע.
עס האט שוין דערגרייכט 13,214 ארטיקלען אין די אכט יאר פון ווען זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (מארץ 13 2004)[13] איר ערשטע ארטיקל (צעטיל קטן) איז געשריבן געווארן נאר ט"ו כסליו תשס"ה (נאָוועמבער 28). היינט צוטאגס איז שוין דא 13,214 ארטיקלען. די ערשטע טויזנט ארטיקלען זענען געשריבן געווארן אין פארלויף פון 3.5 מאנאטן, אויך די צווייטע טויזנט זענען געשריבן געווארן אין 3.5 מאנאטן, צווישן י"ב אדר תשס"ו צו א' אב תשס"ו.
איינע פון די גרויסע פראבלעמען אין דער יידישער וויקיפעדיע איז, אז ארום 50 פראצענט פון די ארטיקלען זענען רעדאגירט געווארן דורך בלויז צוויי מענטשן וואס זיי אליין זענען די סיסאפס, אזוי איז די יידיש-וויקיפעדיע געאייניקט צו א פריוואטע סטיל, שפראך און אידעאלאגיע.
זעט אויך
- וויקיפעדיע
- יידיש וויקיפעדיע אין די מעדיע
- קריטיק אויף וויקיפעדיע
- א ליסטע פון אלע מנהלים.
- המכלול:וויקיפעדיע דארף אייך
רעפערענצען
אלע יידיש-שפראך וועבזייטלעך
אידישע נייעס • יידישע וויקיפעדיע • אייוועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל • אידיש24
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!