רוי:יחזקאל קאטיק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יחזקאל קאָטיק ( ח' ניסן תר"ז – ט' אב תרפ"א) איז געווען אַ משכיל פון חסיד'ישן אָפּשטאַם פון קאַמענעץ, ליטע. ער איז באַקאַנט דערהויפּט פאַר זיינע אָפּגעשריבענע זכרונות מיינע זכרונות... זכרונות פון יחזקאל קאָטיק.

ביאָגראַפישע נאָטיצן

זיין זיידע

לויט קאָטיק'ס באַריכטן איז זיין זיידע אהרן לייזער קאָטיק געווען אַ קאמענעצער איד, אַן עושר מיט פאַרצווייגטע מסחר און נאָנטע פאַרבינדונגען מיט די אַרומיגע פריצים און אַדעל-לייט. אויך איז ער געווען אַ פאַרברענטער מתנגד.

זיין פאָטער

קאָטיק'ס פאָטער משה קאָטיק האָט זיך אין זיין יוגנד איינגעשלאָסן אין רבי משה קאָברינער זצ"ל און איז געוואָרן א פייערדיגער חסיד. משה קאָטיק איז אויך געווען א סוחר, אָבער ער האָט אויך פיל צייט פאַרבראַכט אין קאָברין ביי זיין רבי'ן דער קאָברינער, און אין קאַמענעץ איז ער געווען שטענדיג פאַרנומען מיט מאַכן חסיד'ישע צוזאַמקומס וואו מען פלעגט זינגען, טאַנצן, עסן, פערציילן מעשיות פון רבי'ן און נאָך אַזעלכע חסיד'ישע ענינים.

מיט דער פטירה פון רבי משה קאָברינער איז משה קאָטיק געווען פון די יחידי סגולה וואָס האָבן אויסגעקליבן אברהם סלאָנימער אויף צו פירן די רביסטעווע.

קאָטיק'ס ערציאונג

יחזקאל קאָטיק איז אויפגעוואָקסן אין דער חסיד'ישער אַטמאָספערע, וואָס האָט אויף אים געמאַכט אַ טיפן איינדרוק, סיי פּאָזיטיוו און סיי נעגאַטיוו. אין די שפּעטערדיגע יאָרן האָט ער בועט געווען אין דעם התקשרות צו אַ רבי'ן און אָפּגעלאַכט פון דעם גאַנצן חסיד'ישן התנהגות. מיט די יאָרן איז ער געוואָרן אין גאַנצן אַ משכיל.

קאָטיק האָט געוואוינט פילע יאָרן אין וואַרשע, וואו ער האָט אָנגעפירט מיט פאַרשידענע משכיל'ישע אַקטיוויטעטן. ער האָט געגרינדעט געזעלשאַפטליכע געמיינדעס און איז געווען אין נאָנטע פאַרבינדונג מיט משכיל'ישע פירער.

אַ גאָר אינטערעסאַנטע סעריע בריוו האָט ער געשריבן צום באַקאַנטן אידיש שרייבער שלום עליכם. כאָטש די בריוו פון שלום עליכם צו אים אויף צוריק האָבן מיר נישט היינט, ווייזט זיך אָבער אויס פון קאָטיק'ס אייגענע בריוו אַז שלום עליכם האָט אים שטאַרק געשעצט.

זיינע זכרונות

קאָטיק'ס זכרונות זענען אַן אוצר פון ידיעות אויף דאס אמאליגן לעבן אין ליטא-פוילן פאר חוקרים און סתם ליינער צוגלייך. ער שילדערט פארביג דאס לעבן אין דעם אמאליגן שטעטל, די התנהגות פון די ארומיגע פריצים און זייערע פארבינדונגען מיט די אידן, דער אויסזען פון די שטעטלדיגע חדרים מיט אירע פארשידענע סארטן מלמדים—ביידע די אכזרים און די באליבטע, דער צוגאנג צו שידוכים—ווי מען האט אפט חתונה געמאכט קינדער אזוי יונג ווי אכט יאר אלט. די זכרונות זענען געשריבן געווארן ארגינעל אין יידיש, און איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורכ'ן באקאנטן היסטאריקער פון חסידות דוד אסף.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!