רוי:יוסף שליסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יוסף שליסקי

יוסף שליסקי (ה'תרנ"ד-ה'תשט"ו) איז געווען א חזן אין ניו יארק. ער איז געווען פון די גרויסע טענאר חזנים נאכן ערשטן וועלט קריג,[1] און ער האט איבערגעלאזט אסאך קאָמפּאָזיציעס פון וואס מען קען נאך היינט זעהן זיין גרויסקייט.

ביאגראפיע

שליסקי איז געבוירן אין אסטראווצע, קאנגרעס פוילן. אלס קינד האט ער געזונגען אין דעם שול־כאר אין זיין שטאט. ביי די זיבן יאר האט דער חזן געכאפט אים (מיט נאך קינדער אינעם כאר) זאגנדיג צו זייערע עלטערן אז ער נעמט זיי צו זינגען אין לאנדאן. ווירקליך האט ער געברענגט די קינדער קיין טאראנטא אין קאנאדע, וואו מ'האט זיי געצוואונגען צו זינגען פארן ציבור.

ווען יוסף איז געווארן קרוב צו 13 האט ער זיך געוואנדן צו דער אידישער קהילה אין טאראנטא און געבעהטן צו פירן זיין בר מצווה אין דער שול, און האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אויף דער קהילה. איינער פון די מתפללים האט געגעבן אכט אויף אים און האט פינאנצירט זיינע שטודיעס. ווען יוסף איז געווארן אלט 17 האט יענער יוד גענומען אים פאר אן איידעם.

ער האט גראדואירט אין יאר 1917 פון דער "ראיעל קאנסערוואטאריע פון מוזיק" אין טאראנטא.

אין תר"פ האט שליסקי געהערט אז די סלאנימער שול אין ניו יארק זוכט א חזן. ער איז אריבער צום ראש הקהל'ס לעדער פאבריק, דארט האט ער געזונגען אויף פראבע, און דער ראש הקהל האט אים אויפגענומען אויפן ארט. צוויי יאר איז ער געווען חזן אין דער סלאנימער שול, דערנאך האט ער געהאט פארשידענע פּאָסט'נס אין שוהלן אין ניו יארק.

מען האט פארגעשלאגן פאר אים צו זינגען אין דער אפערע, אבער ער האט אָפּגעזאגט. דאך האט ער רעקארדירט צוויי ארייעס אויף אידיש.

זיינע באוואוסטע חזנ'ישע שטיקלעך זענען "אנא בכח", "לעולם יהא אדם" און "תכנת שבת".

אין פרילינג תרצ"ד, נאכן ענדיגן זינגען "אנא בכח" פרייטאג-צו-נאכט, איז יוסף שליסקי איינגעפאלן און פארלוירן זיין באוואוסטזיין. מ'האט אים דיאגנאזירט מיט אן אנפאל, און ער איז געליגן אין שפיטאל פאראליזירט מער ווי 20 יאר, ביז זיין פטירה אין תשט"ו. ער האט געהאט א ריזיגע לוויה, מער ווי הונדערט טויזנט מענטשן האבן אים מלווה געווען.


שטימע

שליסקי האט געהאט א הויכע טענאר שטימע, ער דאוונט מיט א שטארקע ווארעמקייט און ווערט פאררעכנט מיט די גרעסטע חזנים פון זיין דור.

קאמפאזיציעס

מערסטע קאמפאזיצעס וואס ער האט רעקארדירט איז ספעציעל קאמפאזירט געווארן פאר איהם דורך מאיר פאזנער.

  • אב הרחמים
  • אמר רבי אלעזר
  • אשרי
  • בראש השנה
  • ברכת כהנים
  • די ארייע רחל
  • הבן יקיר לי
  • ובמקהלות
  • לאל עורך דין
  • לעולם יהא אדם
  • מזמור לדוד
  • על הצדיקים
  • פערל פישערס
  • קדוש אתה
  • קול השם
  • רבונו של עולם, (ספירת העומר)
  • רפאינו
  • רצה במנוחתינו
  • תכנת שבת
  • תניא, (תיקוני שבת)

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ‏שמואל ראזנבלאט אין זיין ספר "יאסעלע ראזנבלאט", עמ' 167

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!