רוי:טשארלס דער דריטער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טשארלס דער דריטער

טשאַרלס, קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך (ענגליש: Charles, King of the United Kingdom), גאנצער נאמען טשארלס פיליפ ארטור דזשארדש פון ווינדזאר (ענגליש: Charles Philip Arthur George of Windsor;‏ געבוירן דעם 14טן נאוועמבער 1948), איז דער היינטיגער קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך מיט נאך 14 קאמאנוועלט מדינות. ער איז געווארן קעניג ביים עלטער פון 73 מיטן טויט פון זיין מוטער, עליזאבעט די צווייטע, אום 8טן סעפטעמבער 2022.

ער איז דער עלטסטער זון פון עליזאבעט די צווייטע, קעניגין פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, און פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג. ער האט געהאלטן דעם טיטל פרינץ פון וויילס זייט 1958 ביז ער איז געווארן קעניג, לענגער פון נארוועלכן פרינץ פון וויילס. אויך איז ער געווען הערצאג פון ראטעסיי (אין סקאטלאנד) און הערצאג פון קארנוואל.

אין 1981 האט פרינץ טשארלס געהייראט זיין ערשטע ווייב דיאנע, און זיי האבן זיך גע'גט אין 1996. זיי האבן געהאט צוויי זין, פרינץ וויליאם, פרינץ פון וויילס, און פרינץ הערי פון וויילס. אין 2005 האט טשארלס געהייראט זיין צווייטע ווייב, קאמילע, די היינטיגע קעניגין.

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!