רוי:הארי פאטער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


אַלע זיבן "האַרי פּאָטער" ביכער (בריטישע אויסגאַבעס)

האַרי פּאָטער (ענגליש: Harry Potter; אויסגעלייגט "הערי פּאָטער" אין די יידישע אויסגאבע) איז אַ סעריע פון זיבן פאַנטאַזיע ראָמאַנען געשריבן דורך דער בריטישער שרייבערין דזשיי.קיי. ראָלינג. דער סעריע הייסט נאָך האַרי פּאָטער, דער הויפט כאראקטער.

זי זיבן ביכער האָבן זיך פאַרקויפט העכער 500 מיליאָן קאָפּיעס איבער דער וועלט אין העכער 80 שפּראַכן (אריינגערעכנט יידיש), און איז די מערסט געקויפטע ביכער סעריע פון אַלע צייטן נאָך דעם תנ"ך. פילם אַדאַפּטאַציעס פון אַלע זיבן ביכער זענען פּראָדוצירט געוואָרן.

געשיכטע

האַרי איז אַ יתום פון טאַטע און מאַמע און וואוינט מיט זיין שלעכטן פעטער ווערנאָן, וועלכער איז אַ מאַגל. ביים עלטער פון עלף ווערט ער געוואָר אַז ער האָט די טאַלאַנטן צו מאַכן כישוף און זיין לעבן טוישט זיך דראַסטיש. פון דעם מאַגעטאַמישן לעבן ביי זיין פעטער וואו ער ווערט טעגלעך גערודפט דורך זיין שוועסטער קינד דאַדלי כאַפּט ער זיך אַריבער צו די דראַמאַטישע אָנגעפילטע טעג אין דער האָגוואָרץ שולע פון כישוף-מאַכעריי און צויבעריי וואו ער לעבט אין פּחד פון לאָרד וואָלדעמאָרט, וואס האָט געהרגעט זיינע עלטערן און וויל אים אויך אָפּֿענדיקן, אין יעדן פון די זיבן ביכער ווערט באשריבען איין יאר פון זיין לעבן ביי האָגוואָרץ.

לויט ווי די לעגענדע לויטעט זענען הארי'ס עלטערן אומגעבראכט געווארן דורך דעם מערדער וואָלדעמאָרט וואס האט גענוצט די שרעקעוודיגע אוואדא כדברא, אריגינאל א קבלה'ישער אויסראטונג קללה זיי אומצוברענגען, און אזוי ארום צו באהערשן אלעמען. הארי האט זיך אבער באווייזן ארויסצודרייען פון אט די קללה, און האט נאך אויסגעדרייט דעם וואפען קעגן וואָלדעמאָרט, וועלכער איז זעלבסט אומגעברענגט געווארן דורך דעם.

ביכער

  1. האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין (הערי פּאָטער און דער פילאָסאָפישער שטיין) - יוני 1997 (יידיש: פעברואַר 2020)
  2. האַרי פּאָטער און דאָס קאַמער פון סודות - יולי 1998
  3. האַרי פּאָטער און דער אַרעסטאַנט פון אַזקאַבאַן - יולי 1999
  4. האַרי פּאָטער און דער בעכער פון פייער - יולי 2000
  5. האַרי פּאָטער און דער אָרדן פון פעניקס - יוני 2003
  6. האַרי פּאָטער און דער האַלב-בלוט פּרינץ - יולי 2005
  7. האַרי פּאָטער און די רוחות פון טויט - יולי 2007
  8. האַרי פּאָטער און דאָס פאַרשאָלטענע קינד - יולי 2016

פילמס

פון די ביכער האבן די ווארנער ברידער געמאכט א סעריע פון אכט פילמס, וואס די ערשטע צוויי זענען פראדוצירט געווארן דורכן באוואוסטן פילם שאפער, קריס קאָלומבוס, מיט די נעמען "האַרי פּאָטער און דער וויסן-שטיין" ("צויבערער'ס שטיין" אין אמעריקע) און "האַרי פּאָטער און דאָס קאַמער פון סודות".

דרויסנדע לינקס

מוסטער:הארי פאטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!